- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר האָט מען אָפּגעמערקט דעם 150סטן געבוירן־טאָג פֿון שלום־עליכמען. ווי אַ גרויסער ייִדישער שרײַבער, אָנערקענט אין אַלע סבֿיבֿות פֿון ייִדישער געזעלשאַפֿטלעכקייט און אין דער וועלט בכלל, איז די דאָזיקע דאַטע אָפּגעמערקט געוואָרן זייער באַשיידן, באַזונדערס אין די אַזוי גערופֿענע "דזשויִש"־אָרגאַניזאַציעס פֿון אַמעריקע, וווּ (לאָמיר גלייבן) אַלע האָבן געהערט דעם נאָמען פֿונעם שרײַבער, און געוויס עפּעס געלייענט פֿון זײַנע ווערק אין דער ענגלישער איבערזעצונג. די פֿאַרגאַנגענע וואָך, דעם 8טן נאָוועמבער, איז אין דער שטאָט אַריאל פֿײַערלעך דערעפֿנט געוואָרן דער טעאַטער־פֿעסטיוואַל בײַם פֿול־געפּאַקטן זאַל פֿונעם נײַעם קולטור־הויז. צווישן די געסט, ווי עס ווײַזט אָן די ישׂראל־פּרעסע, זײַנען בײַגעווען מיניסטאָרן, כּנסת־דעפּוטאַטן און געזעלשאַפֿטלעכע טוער. אַמעריקע לעבט די לעצטע פּאָר וואָכן אַן אָנגעשטרענגט לעבן. דאָס וואָס די רעפּובליקאַנער האָבן איבערגענומען די מערהייט אינעם רעפּרעזענטאַנטן־הויז, איז קיין גרויסע סענסאַציע נישט געוואָרן (לייענט פּרטימדיקער אויף ז' 1). אָבער די טעמע פֿון אונדזער לייט־אַרטיקל איז בפֿירוש וועגן דער אַלגעמיינער שטימונג, וואָס האַלט זיך די לעצטע צוויי יאָר אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט. אויב וועלן עס אויסדרוקן מיט איין וואָרט, וואָלט דאָס פּאַסיקסטע מסתּמא געווען — פֿאַרלוירנקייט. אין ניו־יאָרק האָט אָנגעהויבן זײַן אַרבעט דער נײַער גענעראַל־קאָנסול פֿון ישׂראל עידו אַהרוני. דינסטיק, אינעם ישׂראל־קאָנסולאַט איז פֿאָרגעקומען זײַן ערשטע טרעפֿונג מיט דער רוסיש־שרײַבנדיקער פּרעסע פֿון דער שטאָט. אונדזער צײַטונג האָט אויך באַקומען אַ פֿאַרבעטונג פֿונעם פּרעסע־סעקרעטאַר, ווײַל אויך רוסיש איז פֿאַרן "פֿאָרווערטס" נישט קיין מניעה. עידו אַהרוני איז אַ פּראָפֿעסיאָנעלער און געניטער דיפּלאָמאַט, וואָס האָט שוין פֿאַרנומען אַחריותדיקע פּאָזיציעס אינעם דיפּלאָמאַטישן קאָרפּוס סײַ אין ישׂראל און סײַ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. די פֿאַרגאַנגענע וואָך זײַנען אין דער וועלט־פּרעסע זייער לעבעדיק אַרומגערעדט געוואָרן צוויי טעמעס, פֿאַרבונדן דווקא מיט דײַטשלאַנד. ערשטנס, איז אין בערלין, וווּ די נאַציסטישע סימבאָליק איז געזעצלעך שטרענג פֿאַרווערט, דערעפֿנט געוואָרן אַן אויסשטעלונג, וואָס טראָגט זייער אַ קאָנקרעטן נאָמען: "היטלער און דאָס דײַטשישע פֿאָלק". צום ערשטן מאָל נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה קומט אין דײַטשלאַנד, אין דעם פּרעסטיזשפֿולן היסטאָרישן מוזיי, פֿאָר אַזאַ קאָנטראָווערסאַלע אויסשטעלונג. מיט 37 יאָר צוריק, דווקא אין דער צײַט, איז אָנגעגאַנגען די ביטערע מלחמה, וואָס איז אַרײַן אין דער ישׂראל־געשיכטע, ווי די יום־כּיפּור־מלחמה. במשך פֿון די אַלע יאָרן, איז יעדעס מאָל אויפֿגעקומען אַ נײַער וויכּוח אין דער געזעלשאַפֿט אַרום דער דאָזיקער מלחמה. הײַיאָר קומט עס ווידער פֿאָר, באַזונדערס שאַרף און ווייטיקלעך, צוליב די נײַע פּרטים, וואָס זײַנען באַקאַנט געוואָרן נאָכן פֿאַרעפֿנטלעכן די געהיים־פּראָטאָקאָלן פֿון דער רעגירונג־זיצונג, באַלד נאָך דעם ווי די מלחמה האָט אויסגעבראַכן. סוף סעפּטעמבער, אָנהייב אָקטאָבער מערקט מען אָפּ דעם אָנדענק פֿון די 33,771 אומגעבראַכטע ייִדן אינעם טרויעריק־באַוווּסטן באַבי־יאַר. דעמאָלט, אין ווײַטן 1941, נאָך צען טעג שחיטה, האָט די דײַטשישע אַדמיניסטראַציע אין קיִעוו, אוקראַיִנע, ראַפּאָרטירט קיין בערלין: "די שטאָט איז judenfrei!". דער פּרעזידענט ביל קלינטאָן האָט שוין לאַנג "געמופֿט" פֿון דעם ווײַסן הויז, אָבער ווען ער גיט אַ זאָג עפּעס, הערט מען עס. לעצטנס האָט ער אַרויסגעזאָגט זײַן מיינונג וועגן די רוסישע ייִדן, וואָס האָבן זיך באַזעצט אין ישׂראל און געשאַפֿן אַ היפּשן חלק פֿון דער היגער באַפֿעלקערונג. אין די יאָרן פֿון דער קאַלטער מלחמה האָט אין דער מערבֿדיקער וועלט געלעבט אַ גוטן טאָג די וויסנשאַפֿט, וועלכע איז געווען פֿאַרבונדן מיט פֿאָרשן דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. די סיבות פֿון אַזאַ מצבֿ דאַרף מען ניט באַזונדערס דערקלערן — דער אידעאָלאָגישער פֿראָנט האָט זיך תּמיד גענייטיקט אין כּלערליי אינטעלעקטועלער סחורה: אַנאַליטישע איבערזיכטן, היסטאָרישע אַנטפּלעקונגען, פּראָגנאָזן וכ׳. דער ייִדישער וויסנשאַפֿטלעכער אינסטיטוט, ייִוואָ, איז שוין ניט קיין יונגער־מאַנטשיק. זײַן אידעאָלאָגישער און אָרגאַניזאַציאָנעלער יסוד איז פֿאַרלייגט געוואָרן מיט 85 יאָר צוריק, ווען אַ גרופּע ייִדישע אינטעלעקטואַלן האָבן זיך צונויפֿגעזאַמלט אין בערלין — אַ וויכטיקער ייִדישער קולטור-צענטער אין יענע צײַטן. דעמאָלט, אין יאָר 1925, האָט מען דעם ייִדישן אַקאַדעמישן אָלימפּ געזען ניט ווי איין באַרג, נאָר עטלעכע בערג, וועלכע געפֿינען זיך אין פֿאַרשיידענע שטעט: בערלין, וואַרשע, ווילנע, פּאַריז... אַזאַ אינטערנאַציאָנאַלע סטרוקטור וואָלט גוט אָפּגעשפּיגלט די ייִדישע מאַפּע און אויסגענוצט דעם פֿאַראַנענעם אַקאַדעמישן פּאָטענציאַל. דער סוף איז, אָבער, געווען, אַז דער ייִדישער אינסטיטוט האָט פֿאַרמאָגט סײַ אַ ווירטועלע געאָגראַפֿיע, סײַ אַ רעאַלען באָדן — אין ווילנע. דווקא אין ווילנע האָט זיך באַוויזן אַן אייגענער בנין, מיט אָנגעשטעלטע, מיט אַ ביבליאָטעק און אַרכיוו. די לעצטע וואָך פֿאַר ראָש־השנה איז פֿאַר דער ישׂראל־רעגירונג געווען אָנגעזעטיקט מיט וויכטיקע טרעפֿונגען — אין וואַשינגטאָן, בשעתן אָנשטעלן אַ דירעקטן קאָנטאַקט מיט דער פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע און אין מאָסקווע, וווּ ס'איז געפֿלויגן דער שוץ־מיניסטער אהוד ברק אונטערצושרײַבן אַ וויכטיקן אָפּמאַך מיט רוסלאַנד וועגן אַ פֿינף־יאָריקער מיטאַרבעט אין געביט פֿון מיליטערישער טעכנאָלאָגיע. איצט, ווען מיר האַלטן אין שרײַבן דעם לייט־אַרטיקל געפֿינען זיך די ישׂראל־פּאַלעסטינער פֿאַרהאַנדלונגען אין וואַשינגטאָן אין סאַמע ברען. צי מיינט עס, אַז ביידע צדדים האָבן טאַקע ממש געברענט זיך צו טרעפֿן אין וואַשינגטאָן; און סוף־כּל־סוף, אָנהייבן דירעקטע פֿאַרהאַנדלונגען צווישן זיך? דעם אמת געזאָגט, געברענט מיט חשק האָט מער דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ און זײַן אַדמיניסטראַציע. ס'איז שוין געוואָרן אַ מין מינהג, אַז יעדער נײַער באַלעבאָס אין "ווײַסן הויז" האַלט פֿאַר נייטיק זיך אײַנשטעלן פֿאַרן שלום אין מיטעלן מיזרח. |