מיט 37 יאָר צוריק, דווקא אין דער צײַט, איז אָנגעגאַנגען די ביטערע מלחמה, וואָס איז אַרײַן אין דער ישׂראל־געשיכטע, ווי די יום־כּיפּור־מלחמה. במשך פֿון די אַלע יאָרן, איז יעדעס מאָל אויפֿגעקומען אַ נײַער וויכּוח אין דער געזעלשאַפֿט אַרום דער דאָזיקער מלחמה. הײַיאָר קומט עס ווידער פֿאָר, באַזונדערס שאַרף און ווייטיקלעך, צוליב די נײַע פּרטים, וואָס זײַנען באַקאַנט געוואָרן נאָכן פֿאַרעפֿנטלעכן די געהיים־פּראָטאָקאָלן פֿון דער רעגירונג־זיצונג, באַלד נאָך דעם ווי די מלחמה האָט אויסגעבראַכן.
די נײַע דאָקומענטן אַנטפּלעקן נישט קיין באַזונדערס אויסטערלישע פֿאַקטן. מ'האָט אויך אָן זיי געוווּסט, אַז פֿאַר דער רעגירונג איז עס געווען צו אומדערוואַרט און פֿאַר דער באַפֿעלקערונג — מסוכּן שרעקלעך. קודם־כּל, האָט אָנגעשראָקן דער פֿאַקט, וואָס סיריע און עגיפּטן האָבן אין די ערשטע שעהען שיִער נישט אַרומגערינגלט דאָס גאַנצע לאַנד.
פֿרעגט זיך, צי איז די דאָזיקע מלחמה טאַקע געווען אַזאַ אומדערוואַרטע? די דאָקומענטן ווײַזן, אַז די ישׂראל־קאָמאַנדשאַפֿט האָט גוט געוווּסט וועגן די צוגרייטונגען מצד דעם שׂונא, וואָס האָבן זיך געפֿירט קנאַפּע דרײַ יאָר. מ'האָט אויך געוווּסט וועגן דעם באַפֿעל פֿון מאָסקווע צו עוואַקויִרן די פֿאַמיליעס פֿון די סאָוועטישע ספּעציאַליסטן. ס'איז שוין באַוווּסט געווען אַפֿילו דער טאָג פֿונעם אַטאַק... די ישׂראל־רעגירונג האָט אָבער זיך געמאַכט כּלא־ידע! פֿאַר וואָס? די וועלט זאָל נישט מיינען, אַז ישׂראל וויל פּראָוואָצירן אַ נײַע מלחמה!
און דאָך האָט ישׂראל געווינען די דאָזיקע מלחמה. מיט גרויסע פֿאַרלוסטן, אָבער צעשמעטערט דעם שׂונא. שטעלט זיך הײַנט די פֿראַגע, צי איז טאַקע גענוג געווען נאָר די העלדישקייט פֿון די סאָלדאַטן און אָפֿיצירן, פֿון די שלאַכט־גענעראַלן? צו געפֿינען אַן ענטפֿער אויף דער פֿראַגע איז לעבנס־וויכטיק פֿאַר ישׂראל דווקא הײַנט, ווען נאָך די 37 יאָר איז די סכּנה פֿאַר איר עקזיסטענץ נישט אַראָפּ פֿונעם סדר־היום.
אַ וויכטיקער אַרגומענט לטובֿת דעם נצחון איז געווען דער פֿאַקטאָר פֿון האָבן אַ סטראַטעגישע טעריטאָריע, וואָס סײַ די עגיפּטישע אַרמיי און סײַ די סירישע אַרמיי האָבן געזאָלט גובֿר זײַן. דהײַנו: עגיפּטן — דעם סיני האַלב־אינדזל און די סיריער — די גולן־הייכן. דער סיני איז אומגעקערט געוואָרן צו עגיפּטן נאָכן שליסן דעם שלום־אָפּמאַך מיט פּרעזידענט אַנוואַר סאַדאַט. די גולנען זײַנען הײַנט געבליבן בײַ ישׂראל, אָבער סיריע האָט זיך פֿון זיי, אַוודאי, נישט אָפּגעזאָגט און וועט זיך נישט אָפּזאָגן.
די פֿראַגע פֿון טעריטאָריעס איז ביז הײַנט געבליבן די הויפּט־טעמע אין מיטעלן מיזרח און דער שטרויכל־שטיין בײַ אַלע פֿאַרהאַנדלונגען. ווי נאָר ישׂראל האָט אָפּגעטראָטן די פֿריִער פֿאַרכאַפּטע טעריטאָריע, אַזוי האָט זי באַלד באַקומען אַ נײַעם קאָפּ־ווייטיק. אַזוי איז געשען אין דרום־לבֿנון, ווען ברק האָט זיך פֿון דאָרט אַרויסגעצויגן, און אַהין האָט זיך אַרײַנגעצויגן "כעסבאָלאַ" מיט אירע ראַקעטן. דער סוף (צי טאַקע אַ סוף?) איז געווען אַ נײַע מלחמה, די צווייטע אומגעלומפּערטע לבֿנון־מלחמה.
אין 1995 איז פֿאָרגעקומען די "גרויסע דעפּאָרטאַציע" פֿון ייִדן פֿון גוש־קטיף און דאָס פֿאַרכאַפּן דעם שטח פֿון די "כאַמאַס"־באַנדעס. די מיליטערישע אָפּעראַציע "צעשמעלצטער בלײַ" האָט טאַקע אָפּגעשטעלט דאָס כּסדרדיקע באַשיסן שׂדרות און אַנדערע דרום־ייִשובֿים, אָבער די דאָזיקע "רפֿואה" האָט בלויז אויף אַ צײַט געשטילט דעם קאָפּ־ווייטיק.
און נאָך איין זאַך: נאָך יעדער נײַער מלחמה, וואָס ישׂראל האָט געפֿירט זינט 1973, איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן אַ קאָמפּעטענטע קאָמיסיע אויסצופֿאָרשן די מעלות און חסרונות פֿונעם לעצטן קריג אויף להבא. ווי עס פֿירט זיך, זײַנען יעדעס מאָל געמאַכט געוואָרן וויכטיקע אויספֿירן, אָבער ווייניק וואָס איז פֿון דעם אָנגענומענעם רעאַליזירט געוואָרן.
הײַנט קוקט די ישׂראל־רעגירונג זיך נאָך מער אום אויף דעם, וואָס די וועלט וועט זאָגן; הײַנט איז די גאווה, אַז ישׂראל האָט נישט וואָס מורא צו האָבן פֿאַר אירע שׂונאים נאָך מער געוואַקסן; הײַנט פֿאַרשטאַרקט זיך נאָך מער די שיטה, ווען געוועזענע שלאַכט־גענעראַלן ווערן מעסיקע פּאָליטיקער; און פּאַרטיי־פֿונקציאָנערן ווערן שוץ־מיניסטאָרן און מיליטער־עקספּערטן.