‫פֿון רעדאַקציע

דער פּרעזידענט ביל קלינטאָן האָט שוין לאַנג "געמופֿט" פֿון דעם ווײַסן הויז, אָבער ווען ער גיט אַ זאָג עפּעס, הערט מען עס. לעצטנס האָט ער אַרויסגעזאָגט זײַן מיינונג וועגן די רוסישע ייִדן, וואָס האָבן זיך באַזעצט אין ישׂראל און געשאַפֿן אַ היפּשן חלק פֿון דער היגער באַפֿעלקערונג.
און דאָ מוז מען גלײַך פֿאַרפּינקטלעכן — געמיינט האָט ער זיכער ניט בלויז די ייִדן, וואָס זײַנען געקומען פֿון מאָסקווע, פּעטערבורג, קאָסטראָמאַ און אַנדערע רוסישע שטעט. דער 42סטער פּרעזידענט האָט געהאַט אין זינען אַלע ייִדן און ניט-ייִדן, וואָס האָבן עמיגרירט פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. ס׳רובֿ פֿון זיי זײַנען געקומען פֿון אוקראַיִנע, אָבער צענדליקער טויזנטער האָבן פֿריִער געוווינט אין ווײַסרוסלאַנד, גרוזיע, אוזבעקיסטאַן און אַנדערע סאָוועטישע טעריטאָריעס.
די טענה, וואָס קלינטאָן האָט צו אָט דעם סעקטאָר פֿון דער איצטיקער ישׂראלדיקער באַפֿעלקערונג, איז אַזאַ: זיי שאַפֿן מניעות אויפֿן וועג צו שלום צווישן ישׂראל און דעם אַראַבישן צד. זיי האָבן געבראַכט פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד אַזעלכע באַגריפֿן, וועלכע סמען אָפּ די אידעאָלאָגישע אַטמאָספֿער אין דער געזעלשאַפֿט און מאַכן שטאַרקער די אידעאָלאָגישע שטראָמען אין ישׂראל, וועלכע טרעטן אַרויס קעגן אַוועלכע עס זאָל ניט זײַן טעריטאָריעלע פּשרות.
אַ סבֿרא, אַז אַ שמץ אמת איז אין קלינטאָנס אַרויסזאָגונג פֿאַראַן. ניט געקוקט אויף אַלע שיינע, באָמבאַסטישע ווערטער מכּוח ברידער-פֿרײַנדשאַפֿט, איז די סאָוועטישע געזעלשאַפֿט געווען, אין אַ היפּשער מאָס, אַ ראַסיסטישע און נאַציאָנאַליסטישע. די דאָזיקע שטימונגען זײַנען געוואָרן נאָך שטאַרקער בעת דער צעפֿאַלונג פֿון דער סאָוועטישער אימפּעריע אויף באַזונדערע נאַציאָנאַלע מדינות. דער גורל פֿון מענטש אין דעם נאָך-סאָוועטישן רוים איז געווען אָפֿט מאָל שטאַרק אָפּהענגיק פֿון זייער עטנישער אָנגעהעריקייט. עטנישע "רייניקונגען" זײַנען געוואָרן אַ פֿאַרשפּרייטע דערשײַנונג פֿון יענער צײַט. בלוטיקע צווישן־עטנישע מלחמות האָבן זיך צעפֿלאַקערט — און טליִען ביזן הײַנטיקן טאָג — אין אַזעלכע ערטער ווי טשעטשניאַ, מאָלדאָווע, גרוזיע און אַזערבײַדזשאַן. בינו-לבינו, האָט מיגראַציע נאָך שטאַרקער געמאַכט די נאַציאָנאַלע פֿראַגע. מאָסקווע און אַנדערע שטעט זײַנען פֿאַרפֿלייצט געוואָרן מיט פּליטים צי עקאָנאָמישע מיגראַנטן פֿון פֿאַרשיידענע עקן פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד.
מיט אָט אַזאַ דערפֿאַרונג פֿלעגן די "רוסישע ייִדן" אָנקומען קיין ישׂראל. אייניקע זײַנען אַנטלאָפֿן טאַקע פֿון די סאַמע "הייסע" ערטער. בשעת-מעשׂה, האָט מען זיי זייער קלאָר דערמאָנט וועגן דער הלכהשער ריינקייט פֿון זייער בלוט. איצט האָט די באָבע פֿון דער מוטערס צד געקענט באַשטימען דעם גורל זייערן, און גאָר ניט אַלע האָבן "פֿאַרדינט", מע זאָל זיי אָנערקענען פֿאַר ריכטיקע ייִדן.
צו דער צײַט, ווען דער הויפּט-שטראָם פֿון סאָוועטיש-ייִדישער עמיגראַציע האָט דורכגעלייגט אַ ברייטן וועג קיין ישׂראל, האָבן זיך אין גאַנצן — צי כּמעט אין גאַנצן — איבערגעריסן נאָרמאַלע, מענטשלעכע קאָנטאַקטן מיט דער אַראַבישער באַפֿעלקערונג. אַן אַראַבער איז געוואָרן אַ באַגריף, און דווקא אַ געפֿערלעכער באַגריף, אַזאַ ווי, אַ שטייגער, אַ טשעטשענער. דערווײַל האָט די רוסישע טעלעוויזיע (וועלכע איז געוואָרן צוטריטלעך אין דער גאָרער וועלט) געוויזן, ווי אַזוי מע האָט "געדאַרפֿט" האַנדלען מיט די מוסולמענער, און ס׳איז געווען זייער גרינג אַריבערצוטראָגן די זעלבע רעצעפּטן און באַגריפֿן אויף דעם ישׂראלדיקן באָדן.
אָפּצוגעבן טעריטאָריעס? וווּדען! אַזאַ געדאַנק האָט געקלונגען אין גאַנצן ווילד. אַ סאָוועטישער ייִד, וואָס איז געקומען פֿון אַ ריזיקן לאַנד, האָט זיך אַזוי אויך געפֿילט זייער קלאָסטראָפֿאָביש אין דער קליינטשיקער ייִדישער מדינה, און אים האָט געשרעקט דער געדאַנק אַליין פֿון אָפּגעבן טעריטאָריעס. דערצו נאָך, זײַנען ניט ווייניק פֿון זיי געקומען גראָד אין דער צײַט, ווען די איראַקער ראַקעטעס זײַנען געפֿאַלן דאָ און דאָרטן. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס אַלע אַרום זיי האָבן גערעדט וועגן אַ ספּעציפֿישער מוסולמענישער מענטאַליטעט — אַז זיי איז, כּלומרשט, לחלוטין פֿרעמד די אידעע פֿון אַ נאָרמאַלן שלום, אַז זיי אָנערקענען זייער מפּלה נאָר ווען מע צעקלאַפּט זיי ממש.
הקיצור, קלינטאָן האָט דערזען ריכטיק די פֿאַרשלעפּטע קרענק. אָבער ער האָט גאָרנישט ניט געזאָגט וועגן די סיבות פֿון דעם דאָזיקן פֿענאָמען. פֿאַר וואָס האָט די דעמאָקראַטישע ישׂראלדיקע געזעלשאַפֿט ניט געקענט אויסהיילן, לכל-הפּחות טיילווײַז, דעם דאָזיקן חלאַת? צי ער איז ניט געוואָרן נאָך שטאַרקער צוליב דעם קלימאַט, וואָס הערשט אין דער מדינה? דעם פֿענאָמען, וועגן וועלכן עס רעדט דער פּרעזידענט, קען מען דאָך פֿאַרטײַטשן ניט ווי די סיבה פֿון די פּראָבלעמען, נאָר — דער עיקר — ווי אַ ליטמוס-פּאַפּירל, וואָס אַנטפּלעקט די אַלגעמיינע טענדענץ: די ישׂראלדיקע געזעלשאַפֿט איז געוואָרן רעכטער איידער זי איז געווען אַ מאָל. די שטימונג צווישן די "רוסישע ייִדן" איז נאָר איינער פֿון די פֿאַקטאָרן, וואָס האָבן געבראַכט צו אָט דעם מצבֿ.