‫פֿון רעדאַקציע

סוף סעפּטעמבער, אָנהייב אָקטאָבער מערקט מען אָפּ דעם אָנדענק פֿון די 33,771 אומגעבראַכטע ייִדן אינעם טרויעריק־באַוווּסטן באַבי־יאַר. דעמאָלט, אין ווײַטן 1941, נאָך צען טעג שחיטה, האָט די דײַטשישע אַדמיניסטראַציע אין קיִעוו, אוקראַיִנע, ראַפּאָרטירט קיין בערלין: "די שטאָט איז judenfrei!".

לאַנגע יאָרן נאָך דער מלחמה האָט די מאַכט פֿאַרשוויגן די טראַגישע געשעעניש. אין די סאָוועטישע צײַטן פֿון מלוכישן אַנטיסעמיטיזם, באַזונדערס באַלד נאָך דער מלחמה, נאָך די בלוטיקע פּאָגראָמען איבער דער ייִדישער סאָוועטישער אינטעליגענץ, און שטענדיקע דערנידערונגען בײַם אָננעמען אַ ייִד אויף אַרבעט אָדער בײַם באַקומען אַן אַקאַדעמישע בילדונג, האָט אַוודאי נישט געקאָנט אַפֿילו דערמאָנט ווערן, ווער, לויט דער נאַציאָנאַליטעט, זײַנען געווען די "סאָוועטישע בירגער", אומגעבראַכט אין באַבי־יאַר.

זינט אוקראַיִנע איז געוואָרן אַן אומאָפּהענגיק לאַנד, אין 1991, איז פֿײַערלעך אָפּגעמערקט געוואָרן דער 50סטער יאָרצײַט נאָך דער טראַגעדיע פֿון באַבי־יאַר; וואָס שייך אָבער צו דערהייבן דעם ייִדישן אומקום, האָט די נײַע מאַכט, געשטעלט דאָ אַ פֿראַגע־צייכן. אויפֿן הינטערגרונט פֿון דער אַלגעמיינער נאַציאָנאַליזאַציע פֿון דער געשיכטע און קולטור, איז אַלץ געשטעמפּלט געוואָרן מיטן עטנישן שטעמפּל "געמאַכט אין אוקראַיִנע". אַלץ, וואָס האָט זיך נישט אַרײַנגעפּאַסט אין די "אוקראַיִנישע דלתּ אַמות", האָט געזאָלט אויסגעמעקט ווערן.

די סאָוועטישע העלדן און קרבנות האָבן זיך פֿאַרביטן אויף ריין אוקראַיִנישע העלדן און קרבנות; בדרך־כּלל, נאַציאָנאַליסטן־קאָלאַבאָראַטאָרן מיט די נאַציס. צווישן די נײַע "העלדן" זײַנען געווען נישט ווייניק מערדער, וועלכע האָבן זיך באַטייליקט אינעם פֿאַרניכטן אין באַבי־יאַר די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון קיִעוו און די אַרומיקע שטעטלעך. אין די נײַע לערן־ביכער פֿון דער אוקראַיִנישער געשיכטע וועט איר קיין וואָרט נישט געפֿינען, אַז אין באַבי־יאַר זײַנען ס'רובֿ אומגעקומענע געווען ייִדן.

דרײַ פּרעזידענטן האָט איבערגעלעבט אוקראַיִנע זינט זי איז אַרויף "אויפֿן דעמאָקראַטישן דרך"; אָבער קיין איינער פֿון זיי האָט נישט צוגעלייגט קיין פֿינגער צו פֿאַראייביקן דעם אָנדענק פֿון די אומגעבראַכטע ייִדן אין באַבי־יאַר. נאָך מער: די פֿריש־אָפּגעבאַקענע דעמאָקראַטן האָבן אין זייערע אויפֿטרעטן שטענדיק באַטאָנט, אַז דאָס וואָס די וועלט ווייסט וועגן באַבי־יאַר, איז נישט מער ווי אַ באָבע־מעשׂה. "באַבי־יאַר, — טענהן זיי, — איז אונדזער, אוקראַיִנישע טראַגעדיע. דאָ האָט מען קודם־כּל אומגעבראַכט אוקראַיִנער!"

צי איז עס אַנדערש געוואָרן, ווי אין די צײַטן פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד? דעמאָלט האָט מען באַבי־יאַר אָנגערופֿן "ברודער־קבֿר" און "דאָס אָרט וווּ ס'זײַנען פֿאַרפּײַניקט געוואָרן סאָוועטישע בירגער". אין דער איצטיקער אוקראַיִנע איז דאָס אָרט פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ "נאַציאָנאַלן מעמאָריאַל", וואָס לויט דער קאָנצעפּציע פֿונעם געוועזענעם פּרעזידענט יושטשענקאָ, עקזיסטירט נישט אַזאַ וואָרט ווי "האָלאָקאָסט"!

וואָס איז די "קאָנצעפּציע" פֿונעם נײַעם אוקראַיִנישן פּרעזידענט, יאַנוקאָוויטש? דערווײַל ליגט אים נישט דער קאָפּ צו אַזאַ אָרט, ווי באַבי־יאַר. צו פֿיל דאגות האָט ער צווישן די לעבעדיקע בירגער, זײַנע אָנהענגער און קעגנער.

אין די טרויער־טעג פֿון באַבי־יאַר האָט זיך אַרום דער טעמע צעברענט אַ דיסקוסיע אין דער וועלט פֿון אינטערנעץ. לאָמיר אַהין אַרײַנקוקן. זי איז פֿרײַ צום באַזוכן, פּונקט ווי פֿון אָנווײַזן פּרטים ווער דו ביסט. ס'איז גענוג זיך פֿאָרשטעלן מיטן נאָמען "גאַסט".

— מע האַלט, אַז אין דער צווייטער וועלט־מלחמה זײַנען אומגעקומען 6 מיליאָן ייִדן. די ליסטע וואָלט געקאָנט זײַן אַ גרעסערע, ווען נישט די העלדישקייט פֿון טויזנטער און טויזנטער מענטשן פֿון פֿאַרשידענער נאַציאָנאַליטעט, נישט קיין ייִדן, וועלכע האָבן געראַטעוועט די ציווילע און געפֿאַנגענע ייִדן פֿון טויט. מע רופֿט זיי, די רעטערס, "חסידי־אומות־העולם".

— יאָ, אין אוקראַיִנע זײַנען נאָך געבליבן ייִדן. אַ סך פֿון זיי זײַנען ישׂראל־בירגער, וואָס האָבן אין ישׂראל נישט געפֿונען זיך אַן אָרט און געקומען דרייען געשעפֿטן אין אוקראַיִנע. דערפֿאַר אָבער ווערט דאָרט וואָס אַמאָל ווייניקער אוקראַיִנער. זיי קומען קיין ישׂראל, צו זייערע ייִדישע קרובֿים און די ישׂראלדיקע מאַכט טוט גאָרנישט, כּדי זיי נישט אַרײַנצולאָזן אין לאַנד. און זיי קריכן און קריכן. די ייִדן האָבן שוין אַלץ פֿאַרגעסן!

— יאָ, חבֿרה, פֿאַר וואָס אַזוי בייז? איר ווילט נישט פֿאַרשטיין, אַז איר און די אוקראַיִנער האָבן איין געשיכטע און איין זכּרון. די דײַטשן האָט איר אַזוי נישט פֿײַנט, ווי די אוקראַיִנער. איר פֿאָרט קיין דײַטשלאַנד, דערוואַרט פֿון זיי אַ נדבֿה. איר האָט שוין פֿאַרגעסן, טײַערינקע, וויפֿל סאָוועטישע זינד טראָגט איר אַליין אויף זיך. שוין אָפּגערעדט, אַז אײַער פּסיכאָלאָגיע איז פֿאַרבליבן אַ סאָוועטישע. נאָר פֿײַנט זוכט איר. די גאַנצע וועלט איז אײַך שולדיק. שוין זשע וועט איר די פֿײַנטשאַפֿט איבערגעבן אויך צו אײַערע קינדער?

— אין אוקראַיִנע זײַנען נאָך געבליבן ייִדן? וואָס טוען זיי דאָרטן? שוין זשע פֿאַרשטייען זיי נישט, וואָס עס דערוואַרט זיי? אויב נישט קיין באַבי־יאַר, איז אַן אַנדער יאַר? ווער צווייפֿלט דען אין דעם? אין באַבי־יאַר, ווי אַ דענקמאָל און אַ ייִדיש אומברענג־אָרט , נייטיקן זיך מער די אוקראַיִנער, נישט די ייִדן. מעגלעך, אין יאָרן אַרום וועלן די אוקראַיִנער עס פֿאַרשטייען.

יאָ, דער אָנדענק בריט און גיט נישט קיין רו סײַ די ייִדן און סײַ די אוקראַיִנער. ס'איז בפֿירוש אַ באַווײַז, אַז אין אונדזערע צווישן־באַציִונגען איז נאָך ווײַט נישט אַלץ כּשורה.