- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דאָס וואָס עס קומט הײַנט פֿאָר אויפֿן מיטעלן מיזרח אַרום ישׂראל און אירע נאָענטע און ווײַטע שכנים; די פֿאַנאַטישע אײַנגעשפּאַרטקייט מצד דער פֿונדאַמענטאַליסטישער פֿירערשאַפֿט פֿון טעהעראַן מיט איר נוקלעאַרער פּראָגראַם, שטעלט אַוועק ישׂראל און די ייִדן אין דער וועלט פֿאַר אַ נײַער סכּנה. אויב דעמאָלט, פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, די וואָך איז אין וואַשינגטאָן אָפּגעהאַלטן געוואָרן דער באַריכט אויף דער טעמע "פֿעלקער אין אַנטוויקלונג — 2008: אויטאָריטאַריזם און די נײַע איבערטיילונג פֿון אייראָפּע", צוגעגרייט פֿון דער אַמעריקאַנער מענטשנרעכט־אָרגאַניזאַציע Freedom House (נישט קיין רעגירונג־אינסטיטוציע, געגרינדעט אין 1941). אין די הויפּט־פּונקטן פֿון דעם דאָזיקן באַריכט גייט אַ רייד וועגן דרײַ הײַנטיקע אומאָפּהענגיקע מדינות — רוסלאַנד, קאַזאַכסטאַן און אַזערבײַדזשאַן — און זייער אַנטוויקלונג אין די לעצטע 10 יאָר. מיר ווייסן נישט, צי אין אַראַביש אָדער אין עבֿרית איז דאָ אַזאַ ווערטל, אָבער אין ייִדיש קלינגט עס אַזוי: "די שטוב ברענט, און דער זייגער גייט". בערך אַזוי קאָן מען אָפּשאַצן דעם מצבֿ הײַנט אין ישׂראל, ווען סײַ די ישׂראלים, אויף זייער אופֿן, און סײַ דער פּאַלעסטינער "כאַמאַס", ווי זיי קענען, גייען ווײַטער אָן מיט די מיליטערישע אַקציעס איינער קעגן דעם אַנדערן; אָבער אין דער זעלבער צײַט, אין עגיפּטן, פֿירן ביידע צדדים פֿאַרהאַנדלונגען וועגן אַ פֿײַער־איבעררײַס און שליסן סוף־כּל־סוף אַן אָפּמאַך, וואָס וועט זיך אָנהייבן דעם 19טן יוני, 6 אַזייגער אינדערפֿרי. די וואָך האָט דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט, דזשאָרדזש בוש, זיך געלאָזט אין זײַן נסיעה איבער אייראָפּע. ווי עס האַלטן די פּאָליטישע קאָמענטאַטאָרן — אין זײַן לעצטן פֿלוג ווי דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט. בוש געהערט בפֿירוש נישט צו די פּרעזידענטן־היימזיצערס; און מיר געדענקען, אַז יעדע זײַנע נסיעה פֿלעגט אַרויסרופֿן שטורמישע פּראָטעסט־דעמאָנסטראַציעס אין די לענדער, וווּהין ער פֿלעגט קומען אויף אַ באַזוך. זײַן איצטיקער באַזוך רופֿט נישט אַרויס בײַם אָרטיקן המון קיין זשום און רעש. די וואָך האָט זיך אין רוים אָנהגעהויבן די אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ, וווּ עס ווערט באַהאַנדלט אַ נײַע גלאָבאַלע פּראָבלעם — הונגער. די דאָזיקע קאָנפֿערענץ האָט אָרגאַניזירט די "יו־ען", ריכטיקער, איר סעקטאָר וואָס גיט זיך אָפּ מיט פֿראַגן פֿון שפּײַז און אַגראָקולטור. לויט די פּעסימיסטישע פּראָגנאָזן וועלן אין די קומענדיקע צענדליקער יאָרן צוקומען צו די איצטיקע 800 מיליאָן הונגעריקע נאָך 600 מיליאָן. די לייענער פֿון אונדזער צײַטונג האָבן געוויס נישט געהערט וועגן דער ייִדישער אָרגאַניזאַציע, וואָס טראָגט דעם קלינגעוודיקן נאָמען "וועלט־קאָנגרעס פֿון דעם רוסיש־רעדנדיקן ייִדנטום". ס‘איז אַוודאי נישט קיין נײַעס, אַז די ייִדן פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און איצט אימיגראַנטן אין פֿאַרשיידענע לענדער, באַצייכנט מען אומעטום ווי "רוסישע". ס‘רובֿ פֿון די "רוסישע" פֿאַרדריסט עס: "סטײַטש, דאָרטן האָט מען אונדז געקרוינט ווי ׳זשידעס׳, און איצט, נאָכן פֿאַרלאָזן דעם ׳גן־עדן׳, זײַנען מיר געוואָרן — רוסישע." ווער רעדט הײַנט נישט וועגן דעם עקאָנאָמישן און פֿינאַנץ־קריזיס, דעם קראַך פֿון בענק; וועגן דעם פֿאַלן פֿון דאָלאַר און די שטײַגנדיקע פּרײַזן אויף נאַפֿט?... און אַז אַלע רעדן, זעט עס אויס, אַז אַלע זײַנען אין די פֿראַגעס גרויסע מומחים. ס‘איז דאָ בײַ אונדז אַ ווערטל, אַז דעם נבֿיא דערקענט מען נאָך נעילה, וואָס מיינט, אַז ווען פֿאַר אַלעמען איז שוין קלאָר וואָס ס‘האָט פּאַסירט, כאַפּט מען זיך, אַז עמעצער האָט שוין וועגן דעם פֿריִער געוואָרנט. לעצטע וואָך האָט מען געפֿײַערט דעם נצחון איבער נאַצי־דײַטשלאַנד בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. מיר, ייִדן, ווייסן באַזונדערס גוט, וואָס ס‘וואָלט דערוואַרט אונדזער פֿאָלק, ווען אַזאַ נצחון וואָלט, חלילה, נישט געשען. דעריבער איז דער יום־טובֿ אַזוי טײַער די ייִדישע מלחמה־וועטעראַנען, וואָס האָבן דערלעבט דורכצומאַרשירן איבער די ישׂראל־גאַסן אין פֿאַרשידענע שטעט פֿונעם לאַנד. די קאָלאָנעס געוועזענע שלאַכטמענער און שלאַכטפֿרויען, ס‘רובֿ ייִדן איבער דער וועלט פֿײַערן די טעג מיט שטאָלץ און ווירדע דעם 60סטן יוביליי פֿון מדינת־ישׂראל. עס שאַפֿט זיך אָבער אַן אײַנדרוק, אַז אין ישׂראל גופֿא איז די שטימונג נישט גאָר אַ פֿײַערלעכע; ווי מע וואָלט זיך אַליין נישט פֿאַרגינען אַזאַ שיינע שׂימחה. פֿאַר וואָס זשע באַקומט זיך אַזוי, אַז די תּפֿוצות טראָגן זיך מער אַרום מיט מדינת־ישׂראל, ווי די ישׂראלים מיט זייער אייגענער היים? דעם 7טן מײַ ווערט אײַנגעשוווירן ווי דער רוסלענדישער פּרעזידענט דמיטרי מעדוועדיעוו. שוין אויפֿן אַנדערן טאָג וועט דער רוסלענדישער פּאַרלאַמענט, די "דומאַ", באַשטעטיקן דעם געוועזענעם פּרעזידענט, וולאַדימיר פּוטין, אויפֿן אַמט פֿון פּרעמיער־מיניסטער. די פּאָפּולערע שפּיל אין רוסלאַנד — "איך דיר, דו מיר" — איז אין פֿולן גאַנג, אַזוי אַז קיין שום אומדערוואַרטע "סורפּריזן" קאָנען דאָ נישט זײַן. פּוטין האָט פֿאַרזיכערט זײַן מאַכט פֿון אַלע זײַטן. ווי אַן עכטער פּאָליטישער אַרכיטעקט, האָט ער אויפֿגעבויט זײַן רעגיר־ליניע פֿון אויבן אַראָפּ, שוין עטלעכע טעג, אַז דער געוועזענער אַמעריקאַנער פּרעזידענט דזשימי קאַרטער דרייט זיך אינעם מיטעלן מיזרח, און ווייניק ווער, סײַ די ישׂראלים, סײַ די אַראַבער, סײַ די מערבֿ־וועלט בכלל קענען פֿאַרשטיין, וואָס האָט ער דאָרט פֿאַרלוירן און וואָס וויל ער דאָרט געפֿינען. אין ישׂראל האָט מען זיך באַצויגן צו קאַרטערס באַגעגענישן מיט די פֿירער פֿונעם טעראָריסטישן "כאַמאַס" — נעגאַטיוו. נאָך מער: די איצטיקע רעגירונגס־פֿירער אין ישׂראל, האָבן אַפֿילו אויסגעמיטן זיך צו טרעפֿן מיט אים. די אַמעריקאַנער פּרעסע שרײַבט, אַז קאַרטער קערט זיך אום אַהיים "מיט ליידיקע הענט". דווקא אין די שיינע פֿרילינג־טעג פֿון אַפּריל איז מיט 105 יאָר צוריק אויסגעבראָכן דער קעשענעווער פּאָגראָם. די שחיטה אין דער ווײַטער בעסאַראַבער פּראָווינץ פֿון דער רוסישער אימפּעריע האָט דעמאָלט געמאַכט אַ גאַנצע איבערקערעניש אין דער וועלט. נישט, חלילה, צוליב דעם פֿאַקט פֿון אַ פּאָגראָם; אויך פֿאַר קעשענעוו איז אַ פּאָגראָם, אַ בלוט־פֿאַרגיסונג פֿון ייִדן נישט געווען קיין זעלטנקייט. |