די וואָך איז אין וואַשינגטאָן אָפּגעהאַלטן געוואָרן דער באַריכט אויף דער טעמע "פֿעלקער אין אַנטוויקלונג — 2008: אויטאָריטאַריזם און די נײַע איבערטיילונג פֿון אייראָפּע", צוגעגרייט פֿון דער אַמעריקאַנער מענטשנרעכט־אָרגאַניזאַציע Freedom House (נישט קיין רעגירונג־אינסטיטוציע, געגרינדעט אין 1941).
אין די הויפּט־פּונקטן פֿון דעם דאָזיקן באַריכט גייט אַ רייד וועגן דרײַ הײַנטיקע אומאָפּהענגיקע מדינות — רוסלאַנד, קאַזאַכסטאַן און אַזערבײַדזשאַן — און זייער אַנטוויקלונג אין די לעצטע 10 יאָר.
ווי עס ווערט באַטאָנט, האַלט זיך זייער עקאָנאָמישער וווּקס אויסשליסלעך אויף די נאַטורעלע ענערגיע־רעסורסן. אין דער זעלבער צײַט, פֿאַלט דאָרט שטאַרק די אָפֿנקייט און אומאָפּהענגיקייט פֿון די געזעלשאַפֿטלעכע אינסטיטוציעס.
ס‘איז נישט קיין סוד, אַז דער איצטיקער וווילשטאַנד אין רוסלאַנד וואַקסט, אַ דאַנק די אײַנשפּריצונגען פֿון די שטײַגנדיקע פּרײַזן אויף נאַפֿט און גאַז. וואָס שייך די אַנדערע סעקטאָרן פֿון דער רוסלענדישער ווירטשאַפֿט, געפֿינען זיי זיך אויף אַ זייער נידעריקן ניוואָ. דאָס מיינט, אַז ווי נאָר די פּרײַזן אויף נאַפֿט און גאַז וועלן פֿאַלן, הייבן זיך באַלד אָן גרויסע פּראָבלעמען.
אין די יאָרן פֿון וולאַדימיר פּוטינס פֿירערשאַפֿט, ווערט געזאָגט אינעם באַריכט, איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן אַ "נײַע עליטע פֿון אַן אויטאַריטאַרישן קאַפּיטאַליזם"; אַ מין "אײַזערנער דרײַעק": מלוכה־מאַכט, אינדוסטריעלע באַלעבאַטים און זיכערהייט־דינסט. אַזאַ צונויפֿבונד האָט דערמעגלעכט צו פֿאַרשטאָפּן דאָס מויל דער אומאָפּהענגיקער מעדיאַ, פֿאַקטיש אונטערדריקן די געריכט־אינסטיטוציעס, דערפֿירן ביז אַן אַבסורד די וואַל־סיסטעם און איבערנעמען דעם קאָנטראָל איבער די פּאָליטישע קעגנער.
אין משך פֿון די לעצטע 10—15 יאָר איז אין דער רוסלענדישער געזעלשאַפֿט פֿאָרגעקומען אַ קער פֿון אַ הפֿקרותדיקן כּמו־דעמאָקראַטיזם ביז אַ כּמעט טאָטאַליטאַרן רעזשים מיט דערלויבטע באַגרענעצטע פֿרײַהייטן. דעם עלטערן דור פֿון דער געזעלשאַפֿט, וואָס געדענקט די סאָוועטישע צײַטן און האָט איבערגעלעבט די פּאָסט־סאָוועטישע האַלב־הונגעריקע יאָרן, איז נימאס געוואָרן די פּאָליטישע קאַרוסעל; ער וויל זיך מער נישט דרייען אינעם קריגערישן ווירבל פֿון צענדליקער פּאַרטייען און באַוועגונגען, וואָס יעדע פֿון זיי רײַסט זיך צו דער מאַכט. ער איז מסכּים אויסצובײַטן די אַלע פֿרײַהייטן אויף אַ זאַטער טאָג־טעגלעכער קאָריטע.
דער ייִנגערער דור, אויפֿגעשטאַנען אין די זעלבע 10־15 יאָר, האָט זיך דערצויגן אויף אַן איבערגעניצעוועטער, פּאַטריאָטישער געשיכטע פֿון רוסלאַנד, נאַציאָנאַל־רעליגיעזע בילבולים און קאָנפֿאָרמיסטישן שטייגער פֿון אויפֿפֿירונג.
אינעם באַריכט ווערט באַטאָנט, אַז דווקא אָט דער גרעסטער קאַפּיטאַל אין רוסלאַנד — די מענטשלעכע רעסורסן — ווערט פֿון דער איצטיקער פֿירערשאַפֿט אין גאַנצן נישט אויסגענוצט. עס האָט זיך געשאַפֿן אַ נײַע "קאַפּיטאַליסטישע מאַכט־עליטע", וואָס לאָזט אין איר קרײַז קיינעם נישט אַרײַן, און קאָנטראָלירט און צעטיילט צווישן זיך די נאַציאָנאַלע אוצרות.
שטעלט זיך די פֿראַגע: שוין זשע קומט דאָס זעלבע נישט פֿאָר אין אַנדערע קאַפּיטאַליסטישע לענדער? און טאַקע אין אונדזער "גאָלדענער אַמעריטשקע"? לאָזט זיך אויס, אַז אַן אונטערשייד צווישן דעם איצטיקן "קאַפּיטאַליזם" אין רוסלאַנד און דעם מערבֿדיקן קאַפּיטאַליזם איז פֿונדעסטוועגן דאָ. ער דריקט זיך אויס מיט איין וואָרט: דורכזיכטיקייט! ווי עס ווערט דערקלערט, קאָנען מיר דאָ, אין אַמעריקע, תּמיד וויסן פֿון וואָס די קאַפּיטאַליסטן אונדזערע זײַנען געוואָרן רײַך און ווי אַזוי זיי נוצן אויס זייערע מיליאָנען — אַזוי סײַ אין פּאָליטיק און סײַ אין געשעפֿטן. אָט אַזאַ "דורכזיכטיקייט" גיט יעדן בירגער די מעגלעכקייט צו ווירקן אויפֿן מצבֿ.
צי מאכט עס טאקע גרינגער דאָס לעבן? מיר פֿילן עס יעדן טאָג פֿון די משונה־וואַקסנדיקע פּרײַזן און דעם ווילד־פֿאַלדנדיקן ניוואָ פֿון לעבן.