- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דווקא אין די שיינע פֿרילינג־טעג פֿון אַפּריל איז מיט 105 יאָר צוריק אויסגעבראָכן דער קעשענעווער פּאָגראָם. די שחיטה אין דער ווײַטער בעסאַראַבער פּראָווינץ פֿון דער רוסישער אימפּעריע האָט דעמאָלט געמאַכט אַ גאַנצע איבערקערעניש אין דער וועלט. נישט, חלילה, צוליב דעם פֿאַקט פֿון אַ פּאָגראָם; אויך פֿאַר קעשענעוו איז אַ פּאָגראָם, אַ בלוט־פֿאַרגיסונג פֿון ייִדן נישט געווען קיין זעלטנקייט. פֿאַר וואָס זשע איז גראָד דער קעשענעווער פּאָגראָם פֿאַרקריצט געוואָרן אינעם ייִדישן קאָלעקטיוון זכּרון? ווי עס דערקלערן דעם פֿאַקט די ייִדישע היסטאָריקער, איז דער פּאָגראָם אין קעשענעוו געווען אַ נײַער קער אין די באַציִונגען צווישן דער צאַרישער מאַכט אין רוסלאַנד און דער ייִדישער באַפֿעלקערונג. אויב פֿריִער פֿלעגן די פּאָגראָמען, בדרך־כּלל, אויסברעכן סטיכיש, ווי אַ שיכּורער כוליגאַניזם אויפֿן שטייגערישן הינטערגרונט, אָדער אַן אַנטיסעמיטישע העצע מצד דעם קלויסטער, האָט דער קעשענעווער פּאָגראָם געלייגט דעם אָנהייב פֿון דער כוואַליע אַזוי גערופֿענע "פּאָליטישע פּאָגראָמען", וואָס אין שפּיץ פֿון זייער צוגרייטן און דורכפֿירן איז געשטאַנען די מלוכישע רעגירונג גופֿא מיט איר גאַנצן קראַפֿט־אַפּאַראַט. אין קעשענעוו, אינעם ווײַטן אַפּריל 1903, איז אָנגעצונדן געוואָרן דער קנויט פֿון דער מעכטיקער באָמבע, וואָס האָט אויפֿגעריסן אין נאַצישן דײַטשלאַנד מיט דרײַסיק יאָר שפּעטער. אָבער נישט נאָר קרבנות האָט געפּלאָדיעט די שׂינאה צו ייִדן. זי האָט אויך אויסגעהאַרטעוועט דעם ייִדישן ווילן און גײַסט. פֿון די ערשטע קליינצאָליקע זעלבסטשוץ־גרופּעס זײַנען אַרויסגעקומען די שפּעטערדיקע ייִדישע פּאַרטיזאַן־אָטריאַדן, די אויפֿשטענדלער אין סאָביבאָר, ביאַליסטאָק, וואַרשע און אַ סך אַנדערע גיבורים פֿון ייִדישער רעזיסטאַנץ. דער אַנטי־ייִדישע שׂינאה אין רוסלאַנד, אײַנגעוואָרצלט אינעם באַוווּסטזײַן פֿון פֿאָלק, האָט זיך אָבער נאָכגעשלעפּט, ווי אַן אָפּגעלעבטער גלידער אויך אין די הײַנטיקע צײַטן. נאָך מער: זי האָט געבוירן אַ פֿאַרזעעניש, אַ מוטאַנט, וואָס באַהאַלט זיך אונטער דעם אויסלענדישן וואָרט "skinhead" (סקינהעד), וואָס מיינט אויף פּראָסט ייִדיש "גאָלעקאָפּ". אָבער נישט נאָר די קעפּ זײַנען בײַ די פּאַרשוינען אָפּגעגאָלט; נאַקעט און הויל איז זייער זכּרון און נשמה. צווישן די לעצטע ידיעות, וואָס מע קאָן איצט געפֿינען אויף די רוסישע וועבזײַטלעך, איז אָנגעוויזן: "די ראַדיקאַלע נאַציאָנאַליסטן פּלאַנירן צו פֿײַערן דעם געבוירן־טאָג פֿון אַדאָלף היטלער מיט מאַסן־אָנפֿאַלן אויף די ׳ניט־רוסישע׳." אַזוינס קומט פֿאָר יעדעס יאָר, דעם 20סטן אַפּריל, זינט 1980. מחנות צעיושעטע כוליגאַנעס פֿאַלן אָן אויף אומשולדיקע מענטשן, איבערהויפּט אָפּשטאַמיקע פֿון קאַווקאַז און מיטל־אַזיע. זיי שאַנעווען אויך נישט די שוואַרצע סטודענטן, וואָס קומען אין רוסלאַנד זיך לערנען; רויִנירן מצבֿות אויף די ייִדישע בית־עולמס... די נעאָ־נאַצישע סכּנה האַלט שוין אַזוי ווײַט, אַז די אַדמיניסטראַציע פֿון די לערן־אַנשטאַלטן דערלויבן זייערע אויסלענדישע סטודענטן נישט צו באַזוכן די לעקציעס און רעקאָמענדירן זיי נישט צו פֿאַרלאָזן זייערע וווין־ערטער. מיר קוקן ווײַטער אַרײַן אין אינטערנעץ: "דער קרעמל, וואָס פּרעדיקט הײַנט ווידער די אידעאָלאָגיע פֿון אַן אויטאָריטאַרער מלוכה, נייטיקט זיך אין אַן אָפּשרעק־כּוח", — שרײַבט אַדרעאַס אולמאַן, אַן עקספּערט פֿון רוסישע פֿאַשיסטישע באַוועגונגען. די אײַזערנע פֿויסטן פֿון די צעווילדעוועטע "גאָלעקעפּ" דינען דער איצטיקע מאַכט פֿון פּוטין־מעדוועדיעוו ווי אַן אָנשוינלעכער מיטל אויפֿן לימוד פֿון דעמאָקראַטיע. "קוקט אויף די פֿאַנאַטיקער, — שרײַט מען פֿונעם קרעמל, — אויב איר וועט אונדז נישט פֿאָלגן, וועלן זיי פֿאַרכאַפּן די מאַכט!" וועט איר פֿרעגן, פֿאַר וואָס זשע פֿאַרווערט מען זיי נישט, די פֿאַשיסטישע באַוועגונגען? טאַקע צוליב די זעלבע סיבות, וואָס מ‘האָט נישט געטשעפּעט די שוואַרץ־מאהניקעס אָנהייב פֿאָריקן יאָרהונדערט, אין דער רוסישער אימפּעריע. ווען די מאַכט נייטיקט זיך אין אָפּצוּווענדן דעם כּעס פֿון זיך, פֿון אייגענע דורכפֿאַלן און פֿעלערן, געפֿינט זי גיך אַ כּפּרה־הינדל, און רייצט אויף דעם אָן די טיטשקע בייזע הינט, אָן זכּרון און אָן נשמה. הײַנט האַווקען זיי אויף אַמעריקע און אייראָפּע, אוקראַיִנע און גרוזיע; פֿאַלן אָן אויף זשורנאַליסטן און די יחידים, וואָס האָבן אין זיך מוט צו זאָגן דעם אמת. Zei zogn shrekleche zachn kegen idnSubmitted by leonlab on Thu, 2008-04-24 10:36.
A rusisher parlament(duma) mitglid, Mashchenko, hot gezogt az di "zhidovskie SMI"(idish bahershte mass mitlen) farzuchn tzu tzershtern Rusland. Di rusishe natzionalisten oich bashuldiken dem Talmud er lernt idn tzu farfolgen di kristen. Ich bafircht az es iz nor a frage fun tzait ven a naier pogrom geshet in Rusland - desvegen idn zoln farlozn Rusland un Ukraine un geen kein Isroel, Amerike oder afile Birobidzhan. |