דאָס וואָס עס קומט הײַנט פֿאָר אויפֿן מיטעלן מיזרח אַרום ישׂראל און אירע נאָענטע און ווײַטע שכנים; די פֿאַנאַטישע אײַנגעשפּאַרטקייט מצד דער פֿונדאַמענטאַליסטישער פֿירערשאַפֿט פֿון טעהעראַן מיט איר נוקלעאַרער פּראָגראַם, שטעלט אַוועק ישׂראל און די ייִדן אין דער וועלט פֿאַר אַ נײַער סכּנה. אויב דעמאָלט, פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, איז עס געשען צוליב דער אומבאַשיצטקייט פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אַנטקעגן דער דײַטשיש־נאַצישער אַגרעסיווקייט — פֿון איין זײַט, און פֿון דער צווייטער זײַט — צוליב דעם אַלוועלטלעכן גלײַכגילט; קומט עס איצט פֿאָר צוליב דער ישׂראלדיקער מיליטערישער שטאַרקייט אַנטקעגן דעם איסלאַמישן פֿאַשיזם און דעם אַלוועלטלעכן פּחדנות.
די לעצטע אויספֿרעגן אויף דער טעמע "דער קריזיס אין מיטעלן מיזרח", דורכגעפֿירט אין 18 לענדער — בערך 59 פּראָצענט פֿון דער גאַנצער באַפֿעלקערונג אין דער וועלט, צווישן זיי: כינע, אינדיע, אינדאָנעזיע, ניגעריע, ענגלאַנד, פֿראַנקרײַך, פֿאַראייניקטע שטאַטן, רוסלאַנד — האָט געוויזן, אַז ס׳רובֿ פֿון דער אָרטיקער באַפֿעלקערונג האָט אויסגעדריקט די מיינונג, אַז זייערע רעגירונגען זאָלן זיך נישט אַרײַנמישן אין דעם קאָנפֿליקט.
54% פֿון די אויסגעפֿרעגטע האָבן געמאָלדן, אַז ישׂראל שפּילט נישט קיין פּאָזיטיווע ראָלע אינעם שלום־פּראָצעס און בלויז 22% רעספּאָנדענטן האַלטן, אַז ישׂראל פֿירט זיך אויף ריכטיק. אפֿשר קלינגט עס מאָדנע, אָבער דווקא אין אינדיע שטיצט די מערהייט אויסגעפֿרעגטע די פּאָזיציע פֿון ישׂראל (35%) אין פֿאַרגלײַך מיט די 25% אינדוסן, וואָס האָבן געשטיצט דעם צד שכּנגד.
און נאָך: 10 לענדער פֿון די 18 האָבן אָפּגעשאַצט די באַמיִונגען פֿון די פּאַלעסטינער אײַנצושטעלן אַ שלום אין מיטעלן מיזרח העכער, איידער די ישׂראלדיקע שלום־מעשׂים. בײַ אַ קריטישער מיינונג בנוגע דעם אויפֿפֿיר פֿון די פּאַלעסטינער האַלטן זיך די אַמעריקאַנער— 75%, דרום־קאָרעער — 74% און די פֿראַנצויזן — 66%.
אין די לעצטע עטלעכע חדשים שפּירט זיך אין דער וועלט־פּרעסע אַ וואַקסנדיקע פּראָוואָקאַטיווע כוואַליע פֿון ווילן צונויפֿבוצקען ישׂראל מיט איראַן; אָנרייצן איין צד אויף אַ צווייטן. אויך אייניקע פֿירנדיקע פּאָליטיקער אין דער ישׂראל־רעגירונג מײַדן נישט אויס צו געבן היציקע ענטפֿערס אויף דער פֿראַגע, צי וועט ישׂראל אָנפֿאַלן אויף די נוקלעאַרע אָביעקטן אין איראַן, צי נישט?
אינטערעסאַנט איז געווען דער ענטפֿער פֿונעם באַקאַנטן ישׂראלדיקן גענעראַל יצחק בן־ישׂראל אויף די פֿראַגעס, געשטעלט פֿונעם דײַטשישן זשורנאַל "שפּיגעל" (Spiegel). אויף דער פֿראַגע פֿונעם קאָרעספּאָנדענט, צי קאָן די אינטערנאַציאָנאַלע געזעלשאַפֿט איבערצײַגן איראַן צו מאַכן געוויסן קאָמפּראָמיסן, האָט דער גענעראַל געענטפֿערט: "כ‘פֿאַרליר נישט קיין האָפֿענונג. אויב רוסלאַנד און כינע וועלן שטיצן די סאַנקציעס, קאָן מעגלעך די ׳יו־ען׳ זיך דערשלאָגן אירע צוועקן. ס‘איז קלאָר איין זאַך: ישׂראל וועט נישט שטיין בײַ דער זײַט מיט די פֿאַרלייגטע הענט און וואַרטן ביז איראַן וועט שאַפֿן איר נוקלעאַרע באָמבע. אַז מע וועט דאַרפֿן, וועלן מיר לאָזן אין גאַנג אונדזער כּוח".
אַן אַנדער אויספֿרעג איז דורכגעפֿירט געוואָרן, שוין אין ישׂראל, וווּ די תּלמידים פֿון די העכערע קלאַסן האָט מען געשטעלט די פֿראַגע, צי ס‘איז מעגלעך הײַנט אַ צווייטער חורבן? האָבן 52% פֿון די 500 אויסגעפֿרעגטע געענטפֿערט, אַז אַ געוויסע סכּנה עקזיסטירט.
נאָכן אויפֿשטיין פֿון מדינת־ישׂראל האָט מען געקאָנט הערן, אַז ווען אַזאַ מדינה וואָלט געווען אין די 30ער יאָרן, וואָלט נישט געווען געשען קיין חורבן־אייראָפּע. הײַנט האָבן מיר שוין אַן אייגענע נאַציאָנאַלע מלוכה; צי וועט דער היסטאָרישע פֿאַקט העלפֿן אויסצומײַדן נאָך איין קאַטאַסטראָפֿע?