די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט מען אין מאָסקווע אָפּגעמערקט דעם טאָג פֿון פּאָליטישע רעפּרעסיעס. בײַ אַן אָנדענק־שטיין, אַנטקעגן דער טרויעריק־באַרימטער לוביאַנקע, וווּ עס געפֿינט זיך ביז הײַנט דער צענטער פֿון דער רוסלענדישער זיכערהייט־אַגענץ (מער באַקאַנט ווי "קאַגעבע"), איז דורכגעפֿירט געוואָרן אַ מיטינג, וווּ מע האָט געלייענט אויף אַ קול די נעמען פֿון די דערשאָסענע סאָוועטישע בירגער.
הײַיאָר האָבן די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער טרויער־אונטערנעמונג, די אָנדענק־אָרגאַניזאַציע "מעמאָריאַל" צוגעפּאַסט צו דעם טאָג די אַקציע "אומקערן די נעמען"; יעדן געקומענעם צום שטיין האָט מען אַרויסגעגעבן אַ ליסטע מיט נעמען פֿון דערשאָסענע מאָסקווער אײַנוווינער.
אין די יאָרן 1937—1938 זײַנען נאָר אין מאָסקווע, אומגעבראַכט געוואָרן 40 טויזנט אומשולדיקע מענטשן. ווי עס שאַצן אָפּ די היסטאָריקער, זײַנען במשך פֿון די איבער 70 יאָר פֿון סאָוועטישער ממשלה דערשאָסן געוואָרן אַרום 12 מיט אַ האַלבן מיליאָן נפֿשות, נישט אַרײַנגערעכנט די צענדליקער מיליאָנען פֿאַרשיקטע אין די לאַגערן פֿון "גולאַג", וואָס אַ גרויסער חלק פֿון זיי איז דאָרט אויסגעגאַנגען פֿאַר הונגער, קרענק, אוממענטשלעכער האָראָוואַניע...
אין יענע שרעקלעכע נעכט, פֿלעגן זיך אין שטוב אַרײַנרײַסן די באַוואָפֿנטע מיטאַרבעטער פֿון די זיכערהייט־אָרגאַנען, און נאָך אַזעלכע "וויזיטן" זײַנען פֿאַרשוווּנדן געוואָרן טאַטע־מאַמעס, און די קינדער אַליין — פֿאַרשפּאַרט אין די יתומים־הײַזער; אין זייערע דאָקומענטן איז ווי אַ שאַנדצייכן, אָנגעוויזן געוואָרן — "קינד פֿון אַ פֿאָלק־שׂונא".
קיין גרויסע מאַניפֿעסטאַציע האָט דער אָנדענק־טאָג נישט צונויפֿגענומען. עס זײַנען געקומען געציילטע פּאָליטיקער, אַקטיוויסטן פֿון מענטשנרעכט־אָרגאַניזאַציעס און עטלעכע צענדליקער מאָסקווער אײַנוווינער, וואָס דער באַגריף "סטאַלין־רעפּרעסיע" איז פֿאַר זיי נישט סתּם אַ היסטאָרישע דעפֿיניציע פֿון אַ בלוטיקער תּקופֿה.
צום ערשטן מאָל, זינט דער טאָג ווערט אָפּגעמערקט אינעם נײַעם רוסלאַנד, האָט זײַן אָפּשאַצונג און באַציִונג צו די געשעענישן אַרויסגעזאָגט נישט אַבי ווער, נאָר דער פּרעזידענט פֿונעם לאַנד, דמיטרי מעדוועדיעוו. אַרויסגעזאָגט נישט בפֿרהסיא, עפֿנטלעך, נאָר אויף זײַן אייגענעם "בלאָג". אויף אַ ווירטועלן אופֿן, הייסט עס, זיך געוואָנדן צום פֿאָלק.
ווי מיר ווייסן, האָט די מאַכט אין רוסלאַנד, ביז אַהער, זייער פֿאָרזיכטיק אָפּגעשאַצט די מעשׂים פֿון סטאַלינען און זײַן רעזשים. פֿון איין זײַט, האָט זי אָנערקענט די פֿאַרברעכנס, און דערבײַ שטענדיק צוגעגעבן, אָבער... און ווײַטער, ווי אַ גלײַכגעוויכט, פֿלעגן אַרויסגעשטעלט ווערן זײַנע פֿאַרדינסטן, און קודם־כּל, וואָס שייך זײַן פֿירנדיקער ראָלע אינעם זיג איבער נאַצי־דײַטשלאַנד.
אויך מעדוועדיעווס איצטיקע "בלאָג־ווענדונג" איז געווען אויסגעהאַלטן אין אַזאַ מיט וואַקלדיקן נוסח — צו באַטאָנען די פֿינצטערע זײַטן און דערבײַ נישט פֿאַרגעסן אַרויסצוהייבן דאָס ליכטיקע. צוליב דעם, האָט דער פּרעזידענט קלאָר דורכגעפֿירט די מחיצה צווישן "סטאַלין" און "פֿאָלק", וואָס דווקא אַ דאַנק די העלדישע באַמיִונגען פֿונעם פֿאָלק האָט סאָוועטן־פֿאַרבאַנד סײַ צעבראָכן דעם קריזש פֿון פֿאַשיזם און סײַ דערנאָך אויפֿגעשטעלט אַ מעכטיקע מלוכה.
אַגבֿ, וואָס שייך דער באַציִונג פֿון פֿאָלק צו סטאַלינען און צו זײַנע מעשׂים. די מאַסן־מעדיאַ אין רוסלאַנד, וואָס געפֿינט זיך לעצטנס כּמעט אין גאַנצן אונטער דער השפּעה און קאָנטראָל פֿון דער מאַכט, האַלט אין איין אַרײַנשלאָגן אין קאָפּ פֿון דער באַפֿעלקערונג נאָסטאַלגישע מאָטיוון נאָך די סאָוועטישע צײַטן, ווען אַלע האָבן געלעבט אונטער איין דאַך אין אַ געאייניקטער היים פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. צענדליקער מוזיקאַלישע און פֿאַרווײַלערישע פּראָגראַמען, קינאָ־פֿילמען פֿון יענער צײַט, דיסקוסיע־פּראָגראַמען אַרום די פֿירער פֿון דער קאָמוניסטישער אימפּעריע וכּדומה ווערן טראַנסמיטירט אויף דער טעלעוויזיע און אויף פֿאַרשידענע אופֿנים פֿאַרפֿלאַנצן זיי די אידעען פֿון גרויסמאַכטיקייט און דער וויכטיקייט פֿון אַ שטאַרקער מאַכט־האַנט.
די הײַנטיקע אידעאָלאָגן האָבן אויך סטאַלינס געשטאַלט צעשפּאָלטן אויף צוויי טיילן: סטאַלין־פֿאַרברעכער און פֿאַנאַטישער קאָמוניסט — פֿון איין זײַט, און פֿון דער אַנדערער זײַט, סטאַלין דער "מענעדזשער", ווי מע רופֿט אים, כּדי אויסצומײַדן דאָס פֿאַרשלעפּטע ביוראָקראַטישע וואָרט "אַדמיניסטראַטאָר". טאַקע ווי אַ מענעדזשער, דערקלערן די מאַכט־פּאָליטאָלאָגן, האָט סטאַלין אויפֿגעשטעלט זײַן אימפּעריע, וואָס אַלע האָבן פֿאַר איר געציטערט.
אַרום די 70% בירגער פֿונעם הײַנטיקן רוסלאַנד שאַצן אָפּ סטאַלינס מעשׂים ווי העלדישע. אפֿשר דערמיט קאָן מען דערקלערן דעם פֿאַקט, הלמאַי ס׳ווערט מיט יעדעס יאָר אַלץ אײַנגעשרומפּענער די אָנדענק־צערעמאָניע אין מאָסקווע בײַם טרויער־שטיין. זעט אויס, אַז אויך זי וועט אין גיכן זיך אַריבערפּעקלען אין דער ווירטועלער וועלט.