נאָך פֿאַר דער טרעפֿונג פֿון דער "טרויקע" אין ניו־יאָרק: פּרעזידענט אָבאַמאַ, פּרעמיער נתניהו און דער הויפּט פֿון דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע מאַכמוד אַבאַס — האָבן די וואָרטזאָגער פֿון "ווײַסן הויז" דערקלערט, אַז קיין "גרויסע האָפֿענונגען" אויף דער טרעפֿונג לייגט מען נישט; סײַדן עס וועט זײַן אַן אָנהייב, נאָך אַן איבעררײַס פֿון קנאַפּע נײַן חדשים, פֿון ווײַטערדיקע טרעפֿונגען און פֿאַרהאַנדלונגען צווישן דער ישׂראל־ און פּאַלעסטינער פֿירערשאַפֿט. אַזוי האָט דערקלערט דער פֿאָרשטייער פֿון אָבאַמאַס אַדמיניסטראַציע, ראָבערט גיבס.
פֿון דעם ישׂראל־צד איז אַרויסגעזאָגט געוואָרן אַ מיינונג, אַז "די סיטואַציע צו באַנײַען די פֿאַרהאַנדלונגען איז נאָך נישט רײַף געוואָרן". ווי אַ ברייטהאַרציקער זשעסט האָט אויסגעזען די דערקלערונג פֿונעם פּאַלעסטינער צד, דהײַנו: "מיר ווילן נישט אַנטוישן די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע, וואָס באַשטייט אויף אויסצופֿירן אירס".
ווי באַוווּסט, דער שטרויכל־שטיין פֿון דער אָנגעשפּיצטער סיטואַציע איז די אַזוי גערופֿענע "שטחים־פֿראַגע". די פּאַלעסטינער און אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציעס פֿאָדערן פֿון ישׂראל אָפּצושטעלן אין גאַנצן דאָס בויען ייִשובֿים אויפֿן מערבֿ־ברעג. די איצטיקע ישׂראל־רעגירונג שטעלט זיך קאַטעגאָריש קעגן אויסצופֿירן די דאָזיקע פֿאָדערונג. נתניהו, ווי מיר ווייסן, האָט פֿריִער פֿאָרגעלייגט אָפּצושטעלן אויף אַ האַלב יאָר די פּראָגראַם פֿון פֿאַרברייטערן די ייִדישע ייִשובֿים אויפֿן מערבֿ־ברעג, אָבער אויסגעשלאָסן דערפֿון דעם שטח פֿון מיזרח־ירושלים, ווי אויך די שוין באַשטעטיקטע פּראָיעקטן פֿון וווין־פֿאַרבויונג.
בעת זײַן לעצטן באַזוך האָט מיטשעלן, דעם ספּעציעלן שליח פֿון וואַשינגטאָן אין מיטעלן מיזרח, זיך נישט אײַנגעגעבן דעם דאָזיקן שטרויכל־שטיין צו רירן פֿון אָרט. קיין פּשרה האָט ער זיך פֿון די צדדים נישט דערשלאָגן. אויב אַזוי, צוליב וואָס איז טאַקע אַזוי נייטיק געווען פֿאַר פּרעזידענט אָבאַמאַ זיך צו טרעפֿן מיט די צוויי אײַנגעשפּאַרטע פֿירער? אפֿשר וויל ער אַליין אַראָפּנעמען דעם גאַנצן "שמאַנט" ווי דעם הויפּט־פֿאַרהאַנדלער? אַזוי האָט שוין אַמאָל געטאָן פּרעזידענט קלינטאָן, בשעת די פֿאַרהאַנדלונגען צווישן אַראַפֿאַט און פּרעמיער אהוד ברק. דעמאָלט האָט זיך שוין געדאַכט, אַז דער געגאַרטער שלום־פֿויגל צעשפּרייט אָט־אָט די פֿליגלען. ס'איז אָבער דערפֿון גאָרנישט אַרויס; ריכטיקער געזאָגט, עס איז אַרויס די "צווייטע אינטיפֿאַדע".
פֿאַרוואָס זשע טרעפֿט עס אַזוי, אַז ווי נאָר די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע הייבט אָן ערנסט רעדן וועגן צוויי מלוכות, באַווײַזט זיך ווידער אויפֿן סדר־היום די אַזוי גערופֿענע "שטחים־פֿראַגע"? דער פּאַלעסטינער צד שטעלט זי באַלד אַרויס, ווי זייער פֿאָן! פֿאַרוואָס? ווײַל זיי ווייסן גוט, אַז די דאָזיקע פֿראַגע איז זייער אַן אָנגעווייטיקטע אין דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט — סײַ צוליב די זיכערהייט־סיבות און סײַ צוליב די אידעאָלאָגישע פּרינציפּן פֿון ציוניזם. ביידע צדדים הייבן אָן קוועטש אויף דעם פּעדאַל.
צוריק גערעדט, נוצן דעם "פּעדאַל" אויס אַלע דרײַ צדדים: די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע, ווײַל אַזוי מיינט זי, וועט מען יוצא זײַן פֿאַר דער אַראַבישער וועלט בכלל און פֿאַר די פּאַלעסטינער בפֿרט. די פּאַלעסטינער גופֿא, כּדי צו פֿאַרשלעפּן די מעגלעכקייט פֿון שאַפֿן אַן אומאָפּהענגיקע מדינה, בפֿרט בײַ דער איצטיקער צעשפּאָלטנקייט צווישן "פֿאַטאַך"־לאַנד און "כאַמאַסטאַן", וואָס וועט באַלד ברענגען צו אַ בירגער־קריג. ישׂראל "קוועטשט" אויף דעם "פּעדאַל", ווײַל זי ווייסט גוט, אַז די אַלע חבֿלי־מלוכה וועלן, סוף־כּל־סוף, פֿאַלן אויף איר קאָפּ.
צי וועט פּרעזידענט אָבאַמאַ זיך דערשלאָגן אַ שלום אין מיטעלן מיזרח, לאָזנדיק אין גאַנג די פּאַלעסטינער "שטחים־קאָרט", איז טאַקע אַ גרויסע פֿראַגע. יעדנפֿאַלס, די רעגירונג, וואָס געפֿינט זיך הײַנט בײַ דער מאַכט אין ישׂראל, גיט זיך נישט נאָך. ווי ווײַט זי וועט אַזוי קאָנען אָנגיין, זיך האַלטנדיק פֿעסט בײַ דער איצטיקער פּאָזיציע איז שווער צו טרעפֿן. פֿאַרוואָס? ווײַל דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט האָט אין זײַן פּאָליטישן שפּיל־פּעשל אַזאַ שוואַרצע קאָרט ווי דער מיליטאַנטישער איראַן. צי וועט ער זי לאָזן אין גאַנג בײַם טיש פֿון די פֿאַרהאַנדלונגען? אין דעם פֿאַל, ווען עס גייט די רייד וועגן ישׂראלס עקזיסטענץ, איז שוין שווער צו זײַן אַן עקשן.