ס׳איז שוין, אַ פּנים, אין ישׂראל צו שטיל געווען די לעצטע פּאָר יאָר, און אַז מע הייבט דאָרט אָן רעדן וועגן עפּעס אַ שלום, איז עס אַ שלעכטער סימן. די וואָך האָט עס די ישׂראל־ווירקלעכקייט באַשטעטיקט.
מאָנטיק האָט די וועלט־פּרעסע פֿאַרשפּרייט די ידיעה, אַז פֿון דער עגיפּטישער זײַט, פֿון סיני, איז באַשאָסן געוואָרן די יאָרדאַנישע שטאָט אַקאַבאַ און די ישׂראל־שטאָט אילת. לויט די ידיעות וואָס זײַנען פֿאַרשפּרייט געוואָרן אין גיכן נאָך דער אַטאַק, איז אָנגערופֿן געוואָרן די מיליטאַנטישע אָרגאַניזאַציע "גלאָבאַלער דזשיהאַד". די מאַכט אין עזה האָט זיך באַלד אָפּגעטרייסלט פֿון דער פּראָוואָקאַציע, אָבער נאָך אַ געוויסער אויספֿאָרשונג האָבן אַנאָנימע קוואַלן פֿון דער עגיפּטישער זיכערהייט־אַגענץ מיטגעטיילט, אַז באַשאָסן האָבן יאָרדאַניע און ישׂראל די כאַמאַסניקעס. ס׳איז באַטאָנט געוואָרן, אַז די אַקציע איז געטאָן געוואָרן, כּדי צוציִען דעם אויפֿמערק פֿון דער וועלט צו עגיפּטן; אַנדערש געזאָגט, "אונטערשטעלן אַ פֿיסל" דער עגיפּטישער פֿירערשאַפֿט.
אין שײַכות מיט דעם האָט דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט, באַראַק אָבאַמאַ, פֿאַראורטיילט די אַקציע און באַטאָנט, אַז די אַטאַקעס ווערן דורכגעפֿירט מיט אַ ציל אונטערצורײַסן די באַמיִונגען צו ברענגען שלום אין דעם ראַיאָן.
דער ישׂראל־פּרעזידענט, שמעון פּערעס, האָט אין זײַן דערקלערונג געזאָגט, אַז נאָך דעם ראַקעטן־אַטאַק דאַרפֿן יאָרדאַניע און ישׂראל קעמפֿן צוזאַמען קעגן טעראָר. ווי מיר ווייסן, נאָכן לעצטן באַזוך פֿונעם ישׂראל־פּרעמיער נתניהו אין יאָרדאַניע, האָט דער יאָרדאַנישער קעניג אַבדאַלאַ דער צווייטער צוגעזאָגט צו שטיצן די דירעקטע פֿאַרהאַנדלונגען צווישן ישׂראל און דער פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע אין ראַמאַלאַ.
לעצטנס, איז אויך אַרויס אין דרויסן די נײַעס, אַז די צה"ל־אָפֿיצירן פֿון אַלע ראַנגען, וואָס געפֿינען זיך אויף דער יאָרדאַניע־ישׂראלדיקער גרענעץ האַלטן כּסדר צווישן זיך אָן פֿאַרבינדונגען. ווי עס איז געמאָלדן געוואָרן די וואָך, זײַנען סוף יאָר 2009 דורכגעפֿירט געוואָרן בשותּפֿותדיקע מיליטערישע געניטונגען פֿון ישׂראל און יאָרדאַניע, וואָס זייער ציל איז געווען צו ראַטעווען די ישׂראל־טוריסטן, וועלכע האָבן זיך פֿאַרלוירן אין יאָרדאַניע.
אין שײַכות מיט די ידיעות קומען אויף צווייפֿלהאַפֿטיקע געדאַנקען, אַז אויך די אַרמייען פֿון טערקײַ און ישׂראל האָבן נאָך נישט לאַנג צוריק ענג מיטגעאַרבעט צווישן זיך. הײַנט הערן מיר שוין פֿונעם ישׂראלדיקן שוץ־מיניסטער, אַז די סודות וואָס ישׂראל פֿלעגט פֿאַרטרויען זייערע טערקישע שותּפֿים בעת די מיליטערישע געניטונגען, קאָנען איצט איבערגעגעבן ווערן צו איראַן. אויב אַזוי, ווי ווײַט קאָן מען זיך פֿאַרלאָזן אויף דעם נײַעם שותּף, אויס חשש, אַז מאָרגן קאָן ער דיך פֿאַרראַטן?!
דער צווייטער אינצידענט איז די וואָך פֿאָרגעקומען שוין אין אַן אַנדערן עק פֿון ישׂראל, אויף דער גרענעץ מיט לבֿנון. אַ צונויפֿשטויס צווישן די אַרמיי־טיילן פֿון לבֿנון און די מיליטערישע טיילן פֿון ישׂראל. דערווײַל זײַנען די סיבות זייער צעשווענקט, אָבער דער אינצידענט האָט שוין באַקומען אַ גרויסן רעזאָנאַנס.
דער ישׂראל־גענעראַל גדי אײַזענקאָט האָט באַשטעטיקט, אַז עס גייט דאָ די רייד וועגן אַ גוט־פּלאַנירטער פּראָוואָקאַציע מצד דער לבֿנונער אַרמיי. די אינטערנאַציאָנאַלע שלום־כּוחות (UNIFIL) האָבן געוווּסט וועגן די טעכנישע אַרבעטן וואָס ישׂראל פֿירט אויף דער גרענעץ און אויך געוואָרנט וועגן דעם די לבֿנונער מיליטער־לײַט.
מיטוואָך האָט דער פֿאָרשטייער פֿון דער לבֿנונער אַרמיי אָנערקענט, אַז דאָס פֿײַער איז געעפֿנט געוואָרן פֿון דער לבֿנונער זײַט, ווי אַן ענטפֿער אויף דעם, אַז "די ישׂראל־סאָלדאַטן זײַנען אַרײַנגעדרונגען אויפֿן שטח פֿון לבֿנון". דער שקר ליגט דאָ ממש אויף דער אויבערפֿלאַך, ווײַל ביידע ישׂראל־קרבנות, די הויכראַנגיקע אָפֿיצירן, זײַנען דערהרגעט געוואָרן אויף דער ישׂראלדיקער זײַט פֿון גרענעץ. דעריבער ווערט איצט געשטעלט די פֿראַגע, ווער האָט די פּראָוואָקאַציע פּלאַנירט — די קאָמאַנדשאַפֿט פֿון דער לבֿנונער אַרמיי, צי בלויז די אָרטיקע קאָמאַנדירן. ס׳איז כּדאַי צו וויסן, אַז צווישן די אָפֿיצירן אין דער לבֿנונער אַרמיי געהערן 50% צו די שיִיִטן, וואָס ס׳רובֿ פֿון זיי שטיצן "כעזבאָלאַ".