‫פֿון רעדאַקציע

דעם 25סטן יוני איז געוואָרן פֿיר יאָר זינט דער ישׂראל־סאָלדאַט גלעד שליט איז בגוואַלד פֿאַרכאַפּט געוואָרן פֿון די "כאַמאַסניקעס" און ווערט בײַ זיי אָפּגעהאַלטן און אַרויסגעשטעלט צום האַנדל, ווי ס'האָט זיך אַמאָל געפֿירט אויף די מיזרח־יאַרידן מיט קנעכט און בהמות. דער פּרײַז איז אָבער הײַנט נישט קיין געלט, נאָר "באַרטער" — אַ ישׂראל־סאָלדאַט פֿאַר אָנדערטהאַלבן טויזנט פּאַלעסטינער אַרעסטאַנטן אין די תּפֿיסות פֿון ישׂראל.

אַזאַ נײַע שיטה קנעכט־האַנדלערײַ עקזיסטירט אין מיטעלן מיזרח און דאָס איז די ווירקלעכקייט פֿונעם הײַנטיקן טאָג. אַזוי ווי ישׂראל וויל נישט האָבן קיין שום קאָנטאַקט מיט "כאַמאַס", האָבן די פֿאַרהאַַנדלונגען צום אויסטויש געפֿירט די פֿאַרמיטלער. ביז אַהער זײַנען דאָס געווען די עגיפּטער און דײַטשן. גלעדס עלטערן, נועם און אַבֿיבה שליט, האָבן זיך אויך געווענדט צו אַמעריקע, צו די פֿירער פֿון אייראָפּע, רוסלאַנד, וואָס האַלט אָן פֿאַרבינדונגען מיט "כאַמאַס" — אָבער די באַפֿרײַונג פֿונעם ישׂראל־סאָלדאַט בלײַבט הענגען אין דער לופֿטן.

פֿאַרשטייט זיך, אַז צווישן די ערשטע פֿאַראינטערעסירטע צדדים, חוץ דער משפּחה, וואָלט געדאַרפֿט זײַן די ישׂראל־רעגירונג. זי האָט איר סאָלדאַט געשיקט צו פֿאַרטיידיקן דאָס לאַנד, און זי טראָגט פֿאַר אים דאָס אַחריות. במשך פֿון די פֿיר יאָר האָבן זיך שוין געביטן צוויי פּרעמיער־מיניסטאָרן, אהוד אָלמערט און ציפּי ליבֿני. איצט שטייט בראָש דער מאַכט בנימין נתניהו. אָבער מע זעט עפּעס נישט קיין שום באַמיִונגען, אַז דער גורל פֿונעם בחור זאָל זיך ענדערן צום בעסטן.

נאָך מער: יעדע רעגירונג האָט פֿאַרזיכערט די משפּחה, אַז זי, די רעגירונג גופֿא, וועט טאָן אַלץ וואָס מע דאַרף, אַבי די עלטערן זאָלן זיך נישט אַרײַנמישן און נישט קאַליע מאַכן די באַמיִונגען. פֿיר יאָר האָבן די עלטערן זיך געלאָזט פֿירן אויף דעם שטריקעלע פֿון צוזאָגענישן. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן זיי פֿאַרשפּאַרט די טיר פֿון זייער הויז און זיך געגעבן דאָס וואָרט, אַז אָן דעם זון וועלן זיי זיך צו דער שוועל נישט אומקערן.

איבערן לאַנד גייט איצט אָן אַ ריזיקער סאָלידאַריטעט־מאַרש צו באַפֿרײַען דעם ישׂראל־סאָלדאַט גלעד שליט. די מעדיאַ האָט זיך אַרײַנגעטאָן אין דעם ענין מיט איר גאַנצער קראַפֿט. צוליב דעם, וואָס איז אָנגעוויזן געוואָרן דער מאַרשרוט פֿון דער מאַניפֿעסטאַציע, שטייען צו איר צו טויזנטער מענטשן. די צײַטונג "ידיעות אַחרונות" שרײַבט: "ישׂראל געדענקט נישט, אַז עפּעס אַן אַנדער איניציאַטיוו זאָל האָבן אַזאַ שטיצע צווישן דער באַפֿעלקערונג".

די צײַטונג האָט אָפּגעדרוקט די בילדער פֿון די טעראָריסטן, וואָס ווערן צווישן די אַנדערע טויזנט פֿירהונדערט אַרעסטאַנטן אַרויסגעפֿאָדערט פֿון "כאַמאַס", און וואָס די ישׂראל־רעגירונג וויל זיי נישט באַפֿרײַען, ווײַל בײַ אַרום 40 פֿון זיי זײַנען די הענט פֿאַרשמירט מיט ייִדיש בלוט. אָט דאָ טאַקע הייבן זיך אָן און קומען צום סוף די מאָראַלישע קריטעריעס פֿון דעם פֿאַרשלעפּטן ענין "גלעד שליט".

פֿאַר וואָס אַזוי? ווײַל אין דער ווירקלעכקייט פֿון ישׂראל־עקזיסטענץ געפֿינען זיך די מענטשן (גאַנצע משפּחות), וואָס זייערע קינדער און קרובֿים זײַנען אומגעקומען אין די טעראָריסטישע אַטאַקעס, דורכגעפֿירט בפֿירוש פֿון אָט די טעראָריסטן, אָדער מיט זייער הילף; און וואָס קאָנען דערפֿאַר נישט מסכּים זײַן, אַז פֿאַרן באַפֿרײַען איין סאָלדאַט מוז דאָס לאַנד צאָלן אַזאַ הויכן פּרײַז. הגם די געטראָפֿענע עלטערן, און משפּחות פֿון די קרבנות פֿאַרשטייען דעם ווייטיק פֿון נעמי און אַבֿיב גלעד.

די דאָזיקע מענטשלעכע געפֿילן געפֿינען זיך פֿון אויבן אָן פֿון דער טראַגעדיע. אָבער אונטער זיי טראָגן זיך און שטויסן זיך צונויף די בייזע רוחות פֿון מלוכישע פּרינציפּן, פֿון איין זײַט, און טעראָריסטישער שאַנטאַזש, פֿון דער אַנדערער זײַט. אַזוי איז די וואָך, ווי אַ רעאַקציע אויף דער שליט־מאַניפֿעסטאַציע, אַרויס פֿון דער פּרעמיער־קאַנצעלאַריע אַ באַשלוס, אַז "ישׂראל וועט נישט באַפֿרײַען קיין איין טעראָריסט, וואָס איז שולדיק אינעם אומקום פֿון איבער צען ישׂראלים", דאָס הייסט, פֿאַראורטיילט צו 10 לעבנס־לאַנגע טערמינען. צי איז עס יורידיש באַרעכטיקט? ניין, אָבער אַזאַ אַבסורדישער באַשלוס (פֿאַר וואָס דווקא 10 ישׂראלים?) איז אָנגענומען געוואָרן, ווײַל די שיטה פֿון "קנעכט־האַנדלערײַ", אַרויפֿגעצוווּנגען מצד אַ טעראָריסטישער מחנה אויף אַ דעמאָקראַטיש לאַנד, איז אין תּוך אַבסורדיש.

צי איז דאָ אַן אַנדער וועג? סײַדן דאָס דעמאָקראַטישע לאַנד וועט אָנהייבן, פֿון איר זײַט, זיך אויפֿצופֿירן מיט דער טעראָריסטישער מחנה "כאַמאַסניקעס" אַזוי ווי עס קומט זיי — אויף זייער אופֿן און מיט זייערע מיטלען. ישׂראל קאָן זיך אָבער נישט פֿאַרגינען אַזאַ מין שיטה; ווײַל אַפֿילו געזעצלעכע מיטלען צו פֿאַרטיידיקן די זיכערהייט פֿונעם לאַנד, ווי מיר האָבן עס לעצטנס געזען בעת דער פּראָוואָקאַציע מיט דער טערקישער "מאַרמאַראַ"־שיף, האָבן אַרויסגערופֿן אַ ווילדע פּראָטעסט־כוואַליע אין דער וועלט.

ס'איז קלאָר, אַז צו וואַרטן פֿון די אינטערנאַציאָנאַלע הומאַניטאַרע אָרגאַניזאַציעס אַ שטיצע אין דעם ענין, איז אַן אומזיסטיקע טירחה. ווי קאָן מען דערוואַרטן שטיצע פֿון אַזעלכע אָרגאַניזאַציעס, וואָס האַלטן אין איין פֿאַראורטיילן דעם אויפֿפֿיר פֿון דער ישׂראל־רעגירונג בנוגע די פּאַלעסטינער בכלל און דעם "כאַמאַס" בפֿרט.

בלײַבט אָדער זיך צוהערן, וואָס די "גלעד־מאַניפֿעסטאַציע" פֿאָדערט — אויסטוישן! — אָדער אָפּבײַסן די צונג און שטיל וואַרטן ווײַטער ביז "כאַמאַס" וועט זיך אויסמענטשלען.

מיר זײַנען מיט אײַך, משפּחה גלעד!