די צווישן־באַציִונגען פֿון ישׂראל און טערקײַ ווערן מיט יעדן טאָג אַלץ מער אָנגעצויגן. בפֿרט נאָכן פּראָוואָקאַציע־אינצידענט אויף דער טערקישער שיף "מאַרמאַראַ". ערשט די וואָך, ממש פֿאַר זײַן אַרויספֿאָרן קיין וואַשינגטאָן צו דער טרעפֿונג מיטן אַמעריקאַנער פּרעזידענט אָבאַמאַ, האָט פּרעמיער נתניהו אין אַ דעקלאַראַטיווער פֿאָרעם געזאָגט, אַז ישׂראל באַדויערט וועגן די נײַן אומגעקומענע טערקישע בירגער אויף דער דאָזיקער שיף, אָבער זי וועט זיך נישט אַנטשולדיקן, מחמת די ישׂראל־סאָלדאַטן האָבן אָנגעהויבן שיסן, כּדי צו פֿאַרטיידיקן זייערע לעבנס פֿון די צעיושעוועטע באַנדיטן, וועלכע האָבן זיך אויף זיי אַרויפֿגעוואָרפֿן מיט אײַזערנע שטעקנס.
דער טערקישער אויסערן־מיניסטער, אַכמעט גאַוווּטאָגלו האָט פֿון זײַן זײַט באַלד דערקלערט, אַז זײַן רעגירונג גייט שליסן די לופֿט־קאָרידאָרן פֿאַר די ישׂראלדיקע מיליטערישע עראָפּלאַנען, און אויב ישׂראל וועט זיך ווײַטער אײַנשפּאַרן, וועט מען פֿאַרווערן צו פֿליִען איבער טערקײַ אויך די ציווילע עראָפּלאַנען.
די פּאָליטיקער פֿון ביידע צדדים זײַנען נישט קאַרג אויף עקסטרעמע סטראַשונקעס; צי האָבן זיי אָבער אין זינען, ווי אַזוי עס וועלן זיך זייערע ווערטער אָפּרופֿן קודם־כּל אויף די עקאָנאָמישע פֿאַרבינדונגען? ס'איז דאָך נישט קיין סוד, אַז טערקײַ און ישׂראל זײַנען במשך פֿון 20 יאָר, ביז צו דער מאַכט זײַנען געקומען די איסלאַמיש־געשטימטע כּוחות, זייער נאָענטע, אויב נישט די בעסטע אַליִיִרטע אין מיטעלן מיזרח אין אַלע אַספּעקטן פֿון מיטאַרבעט: פּאָליטישער, עקאָנאָמישער, מיליטערישער וכּדומה.
צי קאָן מען דאָס אַלץ צעשטערן מיט איין צוק פֿון דער פֿעדער?
ממש די טעג האָט די ישׂראלדיקע אינדוסטריע־אַסאָציאַציע דערקלערט, אַז אויב אַפֿילו עס ס'וועלן אָפּגעשטעלט ווערן די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען צווישן טערקײַ און ישׂראל, איז גאָר נישט אַזוי פּשוט צערײַסן די עקאָנאָמישע פֿאַרבינדונגען צווישן די ביידע לענדער. דער גאַנצער פֿאַרנעם פֿונעם האַנדל גרייכט דאָ ביז 3.5 מיליאַרד דאָלאַר, 4% פֿון די אַלגעמיינע אויסער־עקאָנאָמישע פֿאַרבינדונגען פֿון ישׂראל. אָפּצושטעלן אָט די האַנדלס־מאַשינעריע איז אוממעגלעך, יעדנפֿאַלס אין די נאָענטסטע יאָרן.
נאָך מער: במשך פֿון די לעצטע 4 חדשים איז דער עקספּאָרט־פֿאַרנעם געשטיגן מיט 16%, און דער אימפּאָרט — אויף 36%, אין פֿאַרגלײַך מיטן זעלבן פּעריאָד פֿון פֿאַראַיאָרן. וואָס שייך דעם אַלגעמיינעם האַנדל־אומזאַץ איז ער געוואַקסן אויף 27%, דאָס הייסט, פֿון 793 מיליאָן ביז איין מיליאַרד דאָלאַר.
יאָ, ישׂראל וועט, מעגלעך, מוזן אויסשטיין נישט קיין גרינגע צײַטן, בפֿרט די בוי־אינדוסטריע, וואָס באַקומט דורך די לופֿט־ און ים־פּאָרטן די וויכטיקסטע בוי־מאַטעריאַלן. און אויב טערקײַ וועט שליסן די "קאָרידאָרן", מוז ישׂראל זוכן נײַע. לײַדן וועט אויך דאָס אַרײַנברענגען אין לאַנד אויטאָס. דווקא אין טערקײַ ווערן פּראָדוצירט די פּאָפּולערסטע אין ישׂראל אויטאָס. אַגבֿ, הײַיאָר איז פֿון טערקײַ אַרײַנגעקומען קיין ישׂראל אַרום 11 טויזנט אויטאָס.
אָבער אויך אין טערקײַ וועט מען באַלד דערפֿילן, וואָס ישׂראל, ווי אַן עקאָנאָמישער פּאַרטנער, הייסט פֿאַר זיי. קודם־כּל, אויפֿן פֿעלד פֿון מיליטערישער מיטאַרבעט און דעם אימפּאָרט פֿון סאָפֿיסטיקירטן געווער. דער טאָג־טעגלעכער געברויכער וועט זיך באַלד כאַפּן, אַז עס פֿעלן אים פּראָדוקטן פֿון כעמישער אינדוסטריע, פֿון עלעקטראָנישער טעכניק, איריגאַציע־סיסטעמען...
ווי שמוציק עס זאָל נישט זײַן דער פּאָליטישער שוים, וואָס באַווײַזט זיך אַלץ מער אויף דער אויבערפֿלאַך פֿון די ישׂראל־טערקישע באַציִונגען, איז עס דאָך נישט מער ווי שוים. קיין איין פּאָליטישע מאַכט אין דער וועלט האָט נאָך נישט אויסגעפֿירט אירס, אויב זי האָט זיך נישט אָנגעשפּאַרט אין די זײַלן וואָס האַלט זי — עקאָנאָמיע, פֿינאַנצן און מיליטער. דאָס צעשטערן כאָטש איינעם פֿון די זײַלן קאָן ברענגען צום קראַך פֿון יעדער מאַכט.
דער איצטיקער קריזיס אין די ישׂראל־טערקישע באַציִונגען האָט שוין אַרויסגערופֿן אומצופֿרידנקייט אין טערקײַ. די קעגנער פֿונעם פּרעמיער ערדאָגאַן האַלטן, אַז דער קער פֿון טערקײַ צו איסלאַמיזאַציע און דער אָפּווענד פֿון דער מערבֿ־וועלט וועט אַרײַנטרײַבן דאָס לאַנד אין אַ טעמפּן ווינקל.