‫פֿון רעדאַקציע

דווקא איצט, אין דער צײַט, ווען די מאַכט אין ישׂראל געפֿינט זיך צווישן־בענקלעך, דאָס מיינט, אַז דער אַוועקגייענדיקער פּרעמיער־מיניסטער, אהוד אָלמערט, פֿירט נאָך אויס זײַנע אויפֿגאַבעס, און דער נאָך נישט־געוואָרענער פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו, וועלכער זוכט נאָך אַלץ וועגן צונויפֿצושטעלן זײַן רעגירונג; דווקא אין דעם קורצן צײַט־אָפּשניט, קומט פֿאָר דער טראַגישער האַנדל צווישן ישׂראל און “כאַמאַס" וועגן דער באַפֿרײַונג פֿונעם געפֿאַנגענעם ישׂראל־קאַפּראַל גלעד שלית.

דער פּרײַז איז קאַלטבלוטיק אָנגערופֿן — פֿאַר איין ישׂראל־סאָלדאַט פֿאָדערט “כאַמאַס" אַרויסצולאָזן פֿון די תּפֿיסות 450 פּאַלעסטינער אַרעסטאַנטן; צווישן זיי אויך אַזעלכע, וואָס זײַנען פֿאַרמישפּט צו צענדליקער לעבנס־טערמינען פֿאַר אָרגאַניזירן טעראָריסטישע אַטאַקן אין ישׂראל, בעת וועלכע עס זײַנען בסך־הכּל אומגעקומען הונדערטער אומשולדיקע מענטשן.

די ישׂראל־רעגירונג איז געבליבן שטיין פֿאַר אַן ערנסטער דילעמע: אַרויסצולאָזן, צי נישט אַרויסצולאָזן די מערדער "מיט בלוט אויף די הענט"? — אַ תּנאַי, וואָס ביז נישט לאַנג צוריק האָט קיין איין רעגירונג נישט געוואַגט צו ברעכן. איצט איז די רעגירונג יאָ גרייט צו מאַכן דעם פּרעצעדענטלאָזן שפּאַן. די איינציקע פֿאָדערונג, וואָס ישׂראל שטעלט אַרויס, איז אַרויסצושיקן אויף שטענדיק די באַפֿרײַטע רוצחים אויסער די גרענעצן פֿון דער איצטיקער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע. (וויפֿל פּינקטלעך טעראָריסטן פֿון דער “כאַמאַס"־ליסטע "מיט בלוט אויף די הענט", איז ישׂראל גרייט אַרויסצולאָזן, וועלן מיר איצט נישט אָנרופֿן, ווײַל די אַלע ציפֿערן און נעמען, וואָס ווערן ביז אַהער געבראַכט, זײַנען בערכדיקע.) וויכטיק אָבער איז דער פֿאַקט, אַז ישׂראל, ריכטיקער אָלמערטס רעגירונג, איז גרייט צו דעם אַקט.

די געזעלשאַפֿט איז צעשפּאָלטן, און דאָס איז פֿאַרשטענדלעך: עס זײַנען דאָ אַזעלכע, וואָס זייערע קינדער און קרובֿים זײַנען געפֿאַלן קרבנות פֿון די פּאַלעסטינער רוצחים, וואָס קאָנען באַפֿרײַט ווערן; און אַזעלכע, וואָס האַלטן, אַז כּדי צו ראַטעווען אַ ייִדיש קינד, דינגט מען זיך נישט וועגן דעם פּרײַז. אין תּוך גערעדט, זײַנען די קעגנער פֿון אַזאַ אויסטויש נישט קעגן, חלילה, דעם אויסטויש פֿון גלעד שלית; זיי זײַנען אָבער קאַטעגאָריש קעגן, אַז דער אויסטויש זאָל געטאָן ווערן אויפֿן חשבון פֿון זייערע אייגענע אומגעקומענע קינדער.

דעם פֿאַרגאַנגענעם דינסטיק, אין זײַן קורצער רעדע פֿאַר דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט, האָט אהוד אָלמערט געזאָגט: "מיר זײַנען אײַנגעגאַנגען אויף מאַקסימאַלע הנחות. מיר האָבן מסכּים געווען צו באַפֿרײַען די טעראָריסטן, וואָס האָבן דערהרגעט די ישׂראלים, אָבער ׳כאַמאַס׳ האָט זיך אָפּגעזאָגט..."

שוין אויפֿן אַנדערן טאָג האָט די צײַטונג "ידיעות אַחרונות" פֿאַרעפֿטלעכט דעם אַרטיקל פֿונעם זשורנאַליסט אַלעקס פֿישמאַן, וווּ עס ווערט באַטאָנט, אַז אָלמערטס רעגירונג האָט געפֿירט די פֿאַרהאַנדלונגען מיט זיך אַליין, מחמת במשך פֿון די צוויי מיט אַ האַלב יאָר, זינט דער קאַפּראַל שלית איז פֿאַרכאַפּט געוואָרן, האָט דער "כאַמאַס" זײַנע תּנאַים נישט געביטן.

אויך איצט, אינעם קורצן צײַט־אָפּשניט פֿון פֿירן די פֿאַרהאַנדלונגען, זיצנדיק צווישן בענקלעך, איז אָפּגעדרוקט געוואָרן אין דער צײַטונג "הארץ" אַן אַנדער דאָקומענטירטע אינפֿאָרמאַציע, אַז נאָך אין די ערשטע חדשים נאָכן פֿאַרכאַפּן גלעד שלית האָט די פֿירערשאַפֿט פֿון צה"ל נישט אָנגענומען אַלע מעגלעכע מיטלען צו געפֿינען דאָס אָרט, וווּ די טעראָריסטן האָבן אים אויסבאַהאַלטן. לויט די דאָקומענטן ווערט קלאָר, אַז דווקא אין די ערשטע זעקס חדשים האָט די זיכערהייט־דינסט זייער ווייניק געטאָן, כּדי צו שאַפֿן אַ ספּעציעלע גרופּע צו זוכן דעם געפֿאַנגענעם שלית.

צי איז די צווישן־בענקלדיקע פּאָזיציע פֿון פּרעמיער אָלמערטן, פֿאַרבונדן נאָר מיט די לעצטע טריט אויף דעם הויכן פּאָסטן? אונדזער מיינונג איז, אַז דער איצטיקער מאָמענט פֿון זײַן קאַריערע באַטאָנט נאָר די כּסדרדיקע שטעלע פֿון אָלמערטס ממשלה, וואָס האָט זיך געהאַלטן אויף ליגנערײַ, קאָרופּציע און פֿאַרפֿירערישע מעשׂים.

די "רויטע ליניע, וואָס מע קאָן זי נישט אַריבערטרעטן", וועלכע אָלמערט האָט דערמאָנט אין זײַן לעצטער ווענדונג, האָט ער און זײַן אַדמיניסטראַציע גובֿר געווען באַלד נאָכן קומען צו דער מאַכט; און געבראַכט האָט עס אים צו צוויי מלחמה־דורכפֿאַלן, מיט צענדליקער קרבנות און צו אַן אַלגעמיינער אַפּאַטיע און אומצוטרוי מצד דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט צו אירע פּאָליטישע פֿירער.