ווי עס איז געמאָלדן געוואָרן אָנהייב וואָך, האָט צפֿון־קאָרעע אירע סטראַשונקעס דורכצופֿירן אַ נײַעם אויספּרוּוו פֿון איר נוקלעאַרער באָמבע — רעאַליזירט. די מעכטיקייט פֿונעם אויפֿרײַס גרייכט פֿון 10 ביז 20 קילאָטאָן, אַן ערך אַזאַ מעכטיקייט האָט געהאַט די באָמבע, וואָס אַמעריקע האָט אין 1945 אַראָפּגעוואָרפֿן אויף היראָשימע. צי איז עס אַ באַווײַז פֿון אַ טעכנאָלאָגישער אָפּגעשטאַנענקייט? ס׳ווענדט זיך מיט וואָס צו פֿאַרגלײַכן; אויב עס פֿאַרגלײַכן מיטן ערשטן אויספּרוּוו פֿון צפֿון־קאָרעע, מיט דרײַ יאָר צוריק, איז עס אַ גוואַלדיקער פּראָגרעס — מיט 10־20 מאָל מעכטיקער.
אָבער מיט דעם נוקלעאַרן אויפֿרײַס האָט קאָרעע זיך נישט באַגרענעצט. באַלד נאָך דעם זײַנען אויסגעפּרוּווט געוואָרן עטלעכע נײַע מינים ראַקעטן פֿון אַ קליינער שיס־דיסטאַנץ, ביז 80 קילאָמעטער. איצט ברעכט זיך דעם קאָפּ די אַזוי גערופֿענע וועלט־געזעלשאַפֿט: וואָס דאַרף זײַן די רעאַקציע אויף דער פֿײַג, וואָס די ליליפּוטישע מדינה האָט אַרויסגעשטעלט דער גרויסער, קלוגער וועלט?
אַמעריקע, כינע, רוסלאַנד און אייראָפּע האָבן באַלד פֿאַראורטיילט די מיליטערישע אַמביציעס פֿון דער דיקטאַטאָרישער רעגירונג. אָבער וואָס טוט מען ווײַטער? וואָס זײַנען די מיטלען אָפּצושטעלן צפֿון־קאָרעע, און צי זײַנען אַזעלכע מיטלען בכלל פֿאַראַן? מיט קיין מלחמה אויף צפֿון־קאָרעע וועט קיינער נישט גיין. עס קאָן נאָר ברענגען צו אַ נוקלעאַרער קאַטאַסטראָפֿע אין יענעם אַזיאַטישן ראַיאָן. סײַדן, זיך צו פֿאַרלאָזן אויף אַ רעזאָלוציע פֿון דער "יו־ען", וואָס קים טשען איר, דער קראַנקער דיקטאַטאָר און זײַנע גענעראַלן וועלן זיך באַלד פֿאַר איר איבערשרעקן און זיך אַנטוואָפֿענען.
ביז אַהער האָט די זאַטע מערבֿ־וועלט, בראָש מיט אַמעריקע, זיך באַצויגן צו די נוקלעאַרע מעשׂים פֿון צפֿון־קאָרעע מיט אַ מיין, אַז ס'איז גענוג דעם הונגעריקן צו וואַרפֿן אַ ביינדל, וועט ער באַלד אָנהייבן פֿאָלגן די באַפֿעלן פֿון דעם ברייטהאַרציקן ביינדל־געבער. אייגנטלעך, איז עס דאָך אַזוי פֿאָרגעקומען נאָך דעם ערשטן אויספּרוּוו פֿון צפֿון־קאָרעע, אין 2006. דעמאָלט האָט די נוקלעאַרע פּראָוואָקאַציע נישט נאָר ניט אַרויסגערופֿן קיין ספּעציעלע סאַנקציעס; אַדרבה, זי האָט ווייכער געמאַכט די פּאָזיציע פֿון וואַשינגטאָן און געבראַכט צו אַ באַגרענעצטן אָפּמאַך אין פֿעברואַר 2007. מ'האָט שוין אַפֿילו געהאַלטן, אַז אָט־אָט האָט מען שוין דעם צפֿון־קאָרעיִשן טיגער אַרײַנגעטריבן אין שטײַג אַרײַן.
אָבער דאָ קומט באַראַק אָבאַמאַ און דערקלערט, אַז ס'איז דאָ מער וויכטיקע פּראָבלעמען אין דער וועלט ווי צפֿון־קאָרעע. קים טשען איר קאָן צוּוואַרטן. אָבער דיקטאַטאָרן, ווי קליין זיי זאָלן נישט זײַן אין וווּקס, זײַנען זיי גרויס בײַ זיך אין די אויגן. בפֿרט, אַז מ'האָט אים שוין געהאַט געהאַלטן פֿאַר אַ פֿאַרשטאָרבענעם. האָט ער דערמאָנט וועגן זיך אויף אַזאַ ראַדיקאַלן אופֿן!
וואָס זשע זאָגט כינע, די ביז־איצטיקע שטיצערין פֿון צפֿון־קאָרעע? זעט אויס, אַז כינע, וועט מוזן נאָכגעבן דעם אינטערנאַציאָנאַלן דראַנג און בײַטן איר פּאָזיציע צו דעם מיליטאַריסטישן שכן. שוין אָפּגערעדט פֿון יאַפּאַן און דרום־קאָרעע. און ווי מיר זעען, האָט כינע שוין געפֿאָדערט בײַ צפֿון־קאָרעע זיך אומצוקערן צו די פֿאַרהאַנדלונגען, אין וועלכע עס האָבן זיך באַטייליקט די 6 מלוכות: צפֿון־קאָרעע, כינע, רוסלאַנד, די פֿאַראייניקטע שטאַטן, יאַפּאַן און דרום־קאָרעע.
דעם 27סטן מײַ, מיטוואָך האָט צפֿון־קאָרעע אָפֿיציעל געמאָלדן, אַז זי רײַסט איבער דעם וואָפֿנשטילשטאַנד מיט דרום־קאָרעע, אונטערגעשריבן אין יאָר 1953. אין נוסח פֿון אַ מילטאַריסטישער רעטאָריק איז אין דער מעלדונג באַטאָנט געוואָרן, אַז דאָס צפֿון־קאָרעיִשע מילטער איז גרייט צו געבן אַ צוריקשטויס יעדן איינעם ווער ס'וועט וואַגן צו שטערן אירע מלוכישע גרענעצן.
פֿון וואַשינגטאָן האָט זיך באַדל דערהערט אַן ענטפֿער, אַז אויב צפֿון־קאָרעע וועט ווידער פּראָוואָצירן אַ מיליטערישן קאָנפֿליקט מיט דרום־קאָרעע, "וועט זי באַצאָלן אַ הויכן פּרײַז..."
צי וועט דערהערט ווערן די שטרענגע שטימע פֿון כינע און די וואָרעניש פֿון וואַשינגטאָן? דערווײַל בלײַבט די פֿײַג פֿון צפֿון־קאָרעע שטעקן, און כּל־זמן זי שטעקט, וועט קיין איין מלוכה אין דער וועלט נישט קענען זיך פֿון איר אָפּקערעווען. צו גרויס איז די סכּנה.