- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
צווישן די הויפּט־פּאָליטישע אונטערנעמונגען אין דער פֿאַרגאַנגענער וואָך, וואָס שייך דער מערבֿ־וועלט, פֿאַרנעמט דער צוזאַמענפֿאָר פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד דעם אויבנאָן. די איינציקע פֿראַגע, וואָס איז באַהאַנדלט געוואָרן אין בריסל, איז געווען דער רוסיש־גרוזינישער קאָנפֿליקט אַרום דרום־אָסעטיע און אַבכאַזיע. די צוויי טעריטאָריעס, וואָס געהערן אַדמיניסטראַטיוו צו גרוזיע, האָבן זיך לעצטנס דערקלערט ווי אומאָפּהענגיקע רעפּובליקן, און רוסלאַנד האָט זייער אומאָפּהענגיקייט אָנערקענט. די רעזאָלוציע, אָנגענומען פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, פֿאַראורטיילט דעם איינזײַטיקן באַשלוס פֿון מאָסקווע און רופֿט די אינטערנאַציאָנאַלע געזעלשאַפֿט נישט צו אָנערקענען די צוויי קאַווקאַזער טעריטאָריעס. צווישן די אַנדערע פּונקטן פֿון דער דעקלאַראַציע ווערט דערמאָנט, אַז עס מוז אָפּגעהיט ווערן די טעריטאָריעלע גאַנצקייט פֿון גרוזיע; אַז די אייראָפּעיִשע לענדער נעמען זיך אונטער צו העלפֿן גרוזיע אויפֿצושטעלן אירע לעבנס־וויכטיקע סטרוקטורן — דאָס איז פֿון איין זײַט, און פֿון דער אַנדערער זײַט — איז דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד געשטימט אויך ווײַטער אָנצוהאַלטן מיט רוסלאַנד אָפֿענע סטראַטעגישע באַציִונגען, אויפֿן סמך פֿון מיטאַרבעט, צוטרוי און דיאַלאָג. עס ווערט אָבער אויך געזאָגט, אַז דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד וועט ווײַטער איבערקוקן זײַנען באַציִונגען מיט רוסלאַנד אין פֿאַרשידענע געביטן. ווי זעט אויס אַזאַ רעזאָלוציע? צו כאַראַקטעריזירן זי מיט איין אין וואָרט, וואָלט מען געדאַרפֿט זאָגן — פּאַרווע. נאָך אַ וואָך פֿאַר דער אַסיפֿה אין בריסל האָבן כּמעט אַלע פֿירער אַנטוויקלט אַן אַקטיווע טעטיקייט: געקלונגען קיין מאָסקווע און אַהין געפֿאָרן; זיך געטראָפֿן מיטן פּרעזידענט "דע יוראָ" — דמיטרי מעדוועדיעוו, און מיטן פּרעזידענט "דע פֿאַקטאָ" — וולאַדימיר פּוטין; געסטראַשעט מיט גזירות, אויב רוסלאַנד וועט זיך נישט האַלטן בײַ די "6 פּונקטן", אָנגענומען צווישן רוסלאַנד, גרוזיע און דעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד און... וואָס האָבן מיר לסוף — אַ פּאַרווע רעזאָלוציע. וואָס זשע איז געשען? ווען עס איז געקומען די צײַט אָנצונעמען אַ ממשותדיקן באַשלוס, האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז דער פֿאַרבאַנד איז ווײַט נישט געאייניקט, אַפֿילו ווען עס גייט די רייד וועגן ברעכן די פֿונדאַמענטאַלע אינטערנאַציאָנאַלע געזעצן פֿון סוּווערעניטעט און טעריטאָריעלער גאַנצקייט. אין דער צײַט ווען ענגלאַנד, פּוילן, די בײַבאַלטישע לענדער און שוועדן האָבן געפֿאָדערט אָנצונעמען צו רוסלאַנד שטרענגע מיטלען, האָבן דײַטשלאַנד, פֿראַנקרײַך און איטאַליע געטענהט, אַז מע דאַרף זיך אָפּהאַלטן פֿון שטראָף־סאַנקציעס. ווי אַ פֿועל־יוצא פֿון אַזאַ וואַקלענדיקער צעשפּאַלטנקייט צווישן די 27 אייראָפּעיִשע פֿירער פֿונעם פֿאַרבאַנד איז אָנגענומען געוואָרן אַ באַשלוס, וואָס די ענגלישע פּובליקאַציע The Times האָט קאָמענטירט בזה־הלשון: "דער ענטפֿער פֿון אייראָפּע אויף דער רוסלענדישער אַגרעסיע אין גרוזיע האָט געזאָלט זײַן געאייניקט און נישט צוויידײַטיק, אָבער דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד האָט אויך אין דעם פֿאַל, ווי זײַן שטייגער איז, אַרויסגעוויזן אַ קונץ ווי אַזוי אויסצומײַדן צו געבן אַ קלאָרן ענטפֿער." די פּשרה אָנצונעמען שפּעטער אַ באַשלוס וועגן די ווײַטערדיקע באַציִונגען מיט רוסלאַנד זעט אויס, ווייניקסטנס, ווי אַ שוואַכער זשעסט לטובֿת די "האַרט־געשטימטע" לענדער. אין דער אמתן, האָט נישט דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד צוגעדריקט רוסלאַנד צו דער וואַנט, נאָר פֿאַרקערט: רוסלאַנד האָט צוגעדריקט דעם מערבֿ צו דער וואַנט, וואָס זי האָט אויפֿגעשטעלט נישט פֿון בעטאָן און אײַזן, ווי אַמאָל אין בערלין, נאָר פֿון גאַז און נאַפֿט. Abhazia un Ossetia geheren nisht tzu Gruzie!Submitted by Srulik on Tue, 2008-09-09 02:18.
Zei zainen etnish nisht kein gruzinen un di gruzinen hobn nisht kein recht iber dize felker tzu hershen. Tomer Abhazie un Ossetie volen umabhengik fun di gruzinen tzu zain zoln mir zei untershtitzn. Far vus hobn di eiropeer geshtitzt di bosniaken un kosovaren ober nisht di abhazen un ossetiner? Dos leigt zich nisht oif dem seichel! |