ס'וואָלט געווען אַ גוזמא צו זאָגן, אַז די ישׂראלים וואַרטן אויף די פּרײַמעריס אין "קדימה" אומגעדולדיק. דער אינטערעס צו דעם, ווער ס'וועט געווינען אין דער רעגירנדיקער פּאַרטיי און זיך שטעלן בראָש דער רעגירונג, וועט ווייניק וואָס ענדערן זייער טאָג־טעגלעכע רוטין; אויף פּראָסט מאַמע־לשון קלינגט עס אַזוי: די זעלבע יענטע, נאָר אַנדערש געשלייערט.
נאָך איידער די פּאַרטיי איז געקומען צו דער מאַכט, איז קלאָר געווען, אַז זי וועט זיך לאַנג בײַם רודער נישט פֿאַרהאַלטן; צו צעשויבערט האָט אויסגעזען איר אַפּאַראַט, וואָס איר גרינדער, אַריאל שרון, האָט צונויפֿגעקלאַפּט, ווי אַ גוטער בעל־עגלה קלאַפּט צונויף זײַן וואָגן. איין קלייניקייט, שרון איז אויף אים, נעבעך, ווײַט נישט אָפּגעפֿאָרן, אַראָפּגעפֿאַלן דער ערשטער. דער, וואָס ס'האָט די וואַשקעס בײַ אים איבערגענומען, האָט זיך אָבער אַרויסגעוויזן נישט קיין בעל־עגלה, נאָר אַ גאַנצער שמאַראַוואָזניק, ווי מע זאָגט אין אָדעס.
די "צעשויבערטקייט" אין דער פֿירערשאַפֿט פֿון דער פּאַרטיי מיינט, אַז ס'רובֿ לא־יצלחס פֿון אַנדערע פּאַרטייען, אָדער באַליידיקטע, אָדער סתּם בעלנים אָפּצולעקן אַ ביינדל אויף אַ נײַ אָרט, שטעלן מיט זיך מער פֿאָר אויסניצערס איידער אויסטויגערס. דאָס זײַנען פֿונקציאָנערן־פּראַגמאַטיקער און קאָנפֿאָרמיסטן, וואָס די אידעאָלאָגיע אַליין ליגט זיי אין דער לינקער פּאה. פֿאַר זיי איז וויכטיקער צו זײַן אויבנאָן און, האָבנדיק אַ שטיקל מאַכט, זי פֿאַרוואַנדלען אין אַ קלינגעוודיקער מטבע.
בשעתן שרײַבן דעם לייט־אַרטיקל — מיטוואָך בײַ טאָג — ווייסן מיר נאָך נישט, ווער ס‘וועט זײַן דער בעל־מזל, וואָס וועט ווידער איבערנומען די וואַשקעס; בײַם פֿאָריקן פּרעמיער, אהוד אָלמערט, האָט מען זיי ממש אַרויסגעריסן פֿון די הענט; ווער עס זאָל אָבער זיי נישט איבערנעמען נאָך די פּרײַמעריס, וועט דער רעגירונג־וואָגן, אויב ער וועט זיך טאַקע רירן פֿון אָרט, ווײַט נישט אָפּפֿאָרן. צו צעקלאַפּט און פֿול מיט גריבער איז דער פּאָליטישער וועג אין ישׂראל.
נאָכן טראַגישן טויט פֿון יצחק ראַבין האָבן די ווײַטערדיקע פּרעמיערן נישט געהאַט קיין מזל זיך לאַנג צו פֿאַרהאַלטן אויף זייער פּאָסטן, שוין אָפּגערעדט פֿון אויסזיצן דעם גאַנצן טערמין. און דאָך, רײַסט מען זיך צו דער פּרעמיערשאַפֿט מיט אַלע אמתן און נישט אמתן, און נישט צום ערשטן מאָל, ווי מע וואָלט באַקומען חזקה אויף צו זײַן פּרעמיער־מיניסטער.
צוריק גערעדט, איז דאָס אָרט פֿון אַ פּרעמיער־מיניסטער אין ישׂראל ווי פֿאַרשאָלטן. ס‘איז גענוג עס צו פֿאַרנעמען, הייבן זיך אָן פֿאַרשידענע מעטאַמאָרפֿאָזן און אָנשיקענישן: אָדער מיטן געזונט, אָדער מיטן געוויסן, אָדער ס‘אַנטפּלעקן זיך פּלוצעם חטאָים, וואָס פֿעלן בײַ קיינעם נישט אויס, אָבער אויף דעם ערשטן מענטשן אין לאַנד זעט מען זיי באַלד...
ווי עס זאָל נישט זײַן, מיטוואָך, 10 אַזייגער אין דער פֿיר האָבן זיך געעפֿנט איבערן לאַנד 114 וואַל־פּונקטן, וווּ די 74 טויזנט מיטגלידער פֿון "קדימה" וועלן דאַרפֿן אויסקלײַבן זייער ראָש. ווי באַוווּסט "שלאָגן" זיך פֿאַר דעם אָרט פֿיר קאַנדידאַטן: ציפּי ליבֿני, שאָול מופֿז, מאיר שטרית און אַבֿי דיכטער.
דער פּאַראַדאָקס פֿון די פּרײַמעריס איז, אַז ווער עס זאָל נישט אויסגעוויילט ווערן, מיינט עס נאָך נישט, אַז ער אָדער זי שטעלט זיך באַלד בראָש דער רעגירונג. צום ערשט, ווי געזאָגט, דאַרף מען צונויפֿקלאַפּן אַ קאָאַליציע, און ערשט דערנאָך דאַרף געשען אַ נס, אַז די דאָזיקע קאָאַליציע זאָל דערלעבן ביזן סוף פֿון דער באַשערטער קאַדענץ. דווקא אין אַזאַ מין נסים גלייבט מען אין ישׂראל זייער ווייניק.