דער אמתער "בערמודער דרײַעק", וואָס געפֿינט זיך אין אַטלאַנטישן אָקעאַן, צווישן די בערמודער אינדזלען, פּוערטאָ־ריקאָ און פֿלאָרידע, איז גוט באַקאַנט, ווי אַן אָרט, וווּ עס לויערט די סכּנה איבער די שיפֿן אומגעבראַכט אָדער פֿאַרשוווּנדן צו ווערן. דער באַגריף "בערמודער דרײַעק" ווערט אָבער אויך באַנוצט, ווי אַ מעטאַפֿאָר, ווען עס גייט אַ רייד וועגן אַ פֿאַרשאָלטן אָרט, וווּ קיין אויסוועג פֿון דעם איז כּמעט אוממעגלעך צו געפֿינען.
אַזאַ "דרײַעק" הײַנט, וואָס געפֿינט זיך אין מיטעלן מיזרח — לבֿנון, סיריע און איראַן, — דראָט מיט אַ טייטלעכער סכּנה דער וועלט בכלל, און ישׂראל בפֿרט.
לבֿנון. קיינער אין ישׂראל צווייפֿלט נישט, אַז "כעזבאָלאַ" גרייט זיך צו אַ נײַער מלחמה. די פֿאַנאַטיקער פֿון איסלאַם טוען עס פּאַמעלעך און זיכער, ווי זיי וואָלטן געוווּסט, אַז איצט, נאָך דער צווייטער מלחמה אין לבֿנון און נאָך די טרויעריקע רעזולטאַטן, געפֿינט זיך ישׂראל אונטערן דראַנג פֿון אינערלעכע מחלקותן און אויסערלעכן אויפֿזיכט. אויב "כעזבאָלאַ" וועט ווידער נישט אַרויסקריכן מיט אַ פּראָוואָקאַציע, וועט אַ נישטיקע האַרמאַטן־קויל, אַרויסגעלאָזט פֿון ישׂראל אין לבֿנונס זײַט, אַרויסרופֿן אַ כוואַליע פּראָטעסטן מצד דער "פֿרידלעכער וועלט־געזעלשאַפֿט". וואָס זשע בלײַבט דער ישׂראל־רעגירונג? זיצן און וואַרטן ביז "כעזבאָלאַ" וועט אויפֿשטעלן און נאָך מער פֿאַרשטאַרקן אירע מיליטערישע כּוחות.
ס׳איז אויך שווער צו גלייבן, אַז די "כעזבאָלאַ"־פֿאַנאַטיקער קאָנען אָפּשרעקן די סאָפֿיסטיקירטע ישׂראל־אַרמיי. "כעזבאָלאַ" חלומט טאַקע וועגן אומברענגען ישׂראל, אָבער פֿאַרשטייט אויך, אַז זײַנע כּוחות זײַנען דערווײַל באַגרענעצט; דערווײַל איז די אויפֿגאַבע פֿון "כעזבאָלאַ" צו דעמאָראַליזירן די "ציוניסטישע שטעט", הרגענען וואָס מער סאָלדאַטן, אַרויסרופֿן אַ בהלה און אַ פּאָליטישן קריזיס אינעם לאַנד. פֿאַר אָט די און אויך אַנדערע צוועקן באַקומט "כעזבאָלאַ" גרויסע געלטער און געווער פֿון זײַנע ספּאָנסאָרן אין טעהעראַן און דמשׂק.
סיריע. מיר האָבן שוין געשריבן אין אונדזערע פֿריִערדיקע לייט־אַרטיקלען וועגן דער וואַקלענדיקער פּאָזיציע פֿון דער הײַנטיקער סירישער רעגירונג און וועגן אַ מעגלעכער איבערקערעניש לטובֿת דער פּראָ־איראַנישער מיליטאַנטישער קליקע. ווי עס טענהט די הײַנטיקע מיליטערישע פֿירערשאַפֿט פֿון צהִ״ל, האָט דמשׂק נישט בדעה צעבינדן אַ מלחמה קעגן ישׂראל. אָבער גאַראַנטירן, אַז דמשׂק וועט זיצן מיט פֿאַרלייגטע הענט אינעם פֿאַל, אויב "כעזבאָלאַ" וועט אַטאַקירן די צפֿון־גרענעצן פֿון ישׂראל, נעמט זיך קיינער נישט אונטער.
סיריע קויפֿט לעצטנס אַקטיוו אײַן בײַ רוסלאַנד מאָדערנע ראַקעטן סײַ קעגן אַוויאַציע און סײַ קעגן טאַנקען. נישט ווייניק העלפֿט איר אין דעם צו איראַן, און דערמיט האַלט טעהעראַן איר סירישן פּאַרטנער פֿונעם "דרײַעק" אויף אַ קורץ קייטעלע.
ווי עס שרײַבט די צײַטונג The Jerusalem Post, האָט איראַן באַקומען סאָפֿיסטיקירטע קעגנשיף־ראַקעטן פֿון רוסלאַנד, וואָס רופֿט בפֿירוש אַרויס אַן אומרו בײַ ישׂראל, מחמת די זעלבע ראַקעטן קאָן איראַן איבערגעבן ווײַטער — סיריע און "כעזבאָלאַ".
איראַן. די טעג איז פֿאַרעפֿטלעכט געוואָרן דער טעקסט פֿונעם אָפּמאַך, וווּ עס ווערט געזאָגט, אַז אַלע פֿראַגעס, וואָס די אינטערנאַציאָנאַלע נוקלעאַרע־אַגענטור האָט געהאַט צו איראַן וועגן איראַנס עקספּערימענטן מיט פּלוטאָניום, זײַנען פֿאַרענטפֿערט.
די מערבֿ־דיפּלאָמאַטן באַציִען זיך סקעפּטיש צו דעם דאָזיקן אָפּמאַך און ווײַזן אָן אויף וויכטיקע בלויזן אין דעם דאָקומענט. ווי קאָן מען אים אויפֿנעמען ערנסט, אויב עס איז אין אים נישט אָנגעוויזן אַפֿילו דער פּונקט וועגן נישט־פֿאַרשפּרייטן קיין נוקלעאַר געווער?! און אַזאַ, מישטיינס געזאָגט, אָפּמאַך ווערט אונטערגעשריבן אַ חודש פֿאַר דער זיצונג פֿון דער "יו־ען", אויף וועלכער עס דאַרפֿן אָנגענומען ווערן נײַע, נאָך שטרענגערע סאַנקציעס קעגן איראַן?
צי קאָן ישׂראל זיך פֿאַרלאָזן אויף די וואַקלענדיקע, צוויידײַטיקע שריט פֿון דער מערבֿ־וועלט, געפֿינענדיק זיך טאָג־טעגלעך אין דעם סכּנותדיקן קלעם פֿונעם "בערמודער דרײַעק" אין מיטעלן מיזרח?