‫פֿון רעדאַקציע

מאָנטיק, דעם 23סטן אַפּריל, איז פֿון מאָסקווע אָנגעקומען די ידיעה, אַז באָריס יעלצין, דער ערשטער פּרעזידענט פֿונעם אומאָמפּהענגיקן רוסלאַנד איז געשטאָרבן.

וואָס איז געווען יעלצין פֿאַר רוסלאַנד? קודם־כּל, דער ערשטער קאָמוניסט פֿונעם העכסטן מאַכט־עשעלאָן, וואָס איז פֿון דעם דאָזיקן צוג אַראָפּגעשפּרונגען. ריכטי­קער געזאָגט, ער האָט זיך באַמיט אים אויס­צוקערעווען אין דער ריכטונג פֿון דע­מאָקראַטישע רעפֿאָרמען. אַן אויפֿגאַבע, וואָס אין רוסלאַנד, כּמעט אין אַלע היסטאָרישע תּקופֿות, פֿלעגט זיך עס פֿאַרענדיקן מיט אַ קאַטאַסטראָפֿע.

‫פֿון רעדאַקציע

אונדזער „פֿאָרווערטס‟ פֿײַערט זײַן 110טן געבוירן־טאָג. מזל־טובֿ! איך באַגריס הײַנט נישט נאָר יעדן מיטאַרבעטער פֿון דער רעדאַקציע, נישט נאָר יעדן שרײַבער און קאָרעספּאָנדענט; איך שיק די מזלדיקע ברכות צו יעדן לייענער, צעזייט און צעשפּרייט איבער דער גאָרער וועלט, וואָס לייענט דעם „פֿאָרווערטס‟ סײַ אויף פּאַפּיר און סײַ אין דער אינטערנעץ.

‫פֿון רעדאַקציע
פֿון

אין דער לעצטער צײַט האָט זיך באַזונדערס פֿאַרשאַרפֿט דער קריזיס צווישן די איצטיקע בײַ־באַלטישע לענדער, די געוועזענע לענדער פֿונעם אַזוי גערופֿענעם סאָציאַליסטישן לאַגער, און רוסלאַנד. דאָס מאָל, צוליב די פֿאָדערונגען פֿון די נאַציאָנאַל־געשטימטע באַוועגונגען אין די לענדער אַראָפּצוטראָגן די דענקמעלער, אויפֿגעשטעלט נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, לטובֿת דעם סאָוועטישן סאָלדאַט — דעם באַפֿרײַער פֿון דער ברוינער מגפֿה (גענויער וועגן דעם לייענט אויף דער ז׳ 3).

‫פֿון רעדאַקציע

דעם לעצטן מוצאי־שבת איז אינעם שטעטל מאָנסי, לעבן ניו־יאָרק, פֿאַרברענט געוואָרן די שיל, וואָס האָט געהערט צו דער אולטראַ־אָרטאָדאָקסישער באַוועגונג "נטורי קרתא", באַקאַנט מיט איר אַנטי־ציוניסטישן צוגאַנג...

ווער איז שולדיק אין דער שעדלעכער אַקציע, איז דערווײַל נישט קלאָר, אָבער די שׂרפֿה ווערט פֿאַרבונדן מיט יענעם "ברידערלעכן קוש", וואָס איז אַזוי דעמאָנסטראַטיוו געוויזן געוואָרן אויף אַלע טעלעוויזע־קאַנאַלן, און וואָס די איראַנישע פּראָפּאַגאַנדע־מאַשין האָט אַזוי פֿיפֿיק אויסגענוצט, בעת דער פּאַסקודנער אַנטי־חורבן־קאָנפֿערענץ.

‫פֿון רעדאַקציע

אָנהייב פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן קאָלאָנעס פֿון הונדערטער מענטשן, ס'רובֿ פֿרומע יונגע־לײַט, זיך געלאָזט צוריק קיין עזה, צום ייִשובֿ חוֹמש, וואָס דאָרט איז בײַ אַ סך פֿון זיי געווען אַן אמתע היים, וווּ זיי זײַנען געבוירן און אויפֿגעוואַקסן געוואָרן. לאָמיר אָפּפֿרישן דעם זכּרון: דער ייִשובֿ איז געווען עוואַקויִרט בגוואַלד, לטובֿת דעם באַשלוס זיך צוריקצוציִען פֿון עזה אויף אַן איינזײַטיקן אופֿן, וואָס דעם פּלאַן האָט דורכגעפֿירט דער געוועזענער פּרעמיער אַריאל שרון.

‫פֿון רעדאַקציע

איז מצרים אַ סך מער דעמאָקראַטיש ווי קובאַ? צי סאַודי אַראַביע? ווער רעדט שוין וועגן טורקמעניסטאַן; אָדער וועגן כינע, וווּ די קאָמוניסטישע פּאַרטיי לאָזט ניט אַרויס די לייצעס פֿון אירע הענט. און אין פֿאַרגלײַך מיט צפֿון-קאָרעע קען פֿידעל קאַסטראָס רעזשים דינען ווי אַ שײַנענדיקער מוסטער פֿון אַ יושרדיקער מאָדערנער געזעלשאַפֿט.

‫פֿון רעדאַקציע

אין דעם איצטיקן פּאָליטישן סעזאָן האָט זיך זייער פֿרי אָנגעהויבן די קאַמפּאַניע, וואָס וועט אַ פּנים אָפּקאָסטן אַ ביליאָן דאָלאַר און בלי-ספֿק ברענגען אַ נײַעם אײַנוווינער אין דעם "ווײַסן הויז". אייניקע זשורנאַליסטן טראָגן עס אונטער אַזוי, גלײַך ווי ס׳איז שוין כּמעט קלאָר דער נאָמען פֿון דעם קומענדיקן פּרעזידענט — הילאַרי קלינטאָן. צוריק גערעדט, ס׳איז דאָך אַפֿילו ראַציאָנעל, ווײַל זי וועט ניט מוזן פּטרן קיין צײַט צו מאַכן קלאָר וווּ עס געפֿינט זיך דער וואַשצימער און אַנדערע חדרים אין דעם בנין, אין וועלכן זי האָט געהאַט פֿאַרבראַכט אַ שיין ביסל צײַט ווי די "ערשטע ליידי".

‫פֿון רעדאַקציע
פֿון

לעצטנס, איז פֿאַרעפֿטלעכט געוואָרן דער באַריכט פֿונעם אַמעריקאַנער מלוכה־דעפּאַרטאַמענט, וווּ רוסלאַנד ווערט באַשולדיקט אין ברעכן די מענטשנרעכט. ווי עס ווײַזן אָן די עקספּערטן, האָט זיך דער מצבֿ אין דעם געביט שטאַרק פֿאַרערגערט אין משך פֿונעם לעצטן יאָר...

ממש די וואָך איז אין מאָסקווע ווידער אומגעקומען אַ זשורנאַליסט פֿון דער ליבעראַלער צײַטונג "קאָמערסאַנט". זײַן נאָמען איז איוואַן סאַפֿראָנאָוו. ווי עס דערקלערט די פּאָליציי, איז סאַפֿראָנאָוו באַגאַנגען זעלבסטמאָרד — זיך אַראָפּגעוואָרפֿן פֿונעם פֿינפֿטן שטאָק.

‫פֿון רעדאַקציע

אין רוסלאַנד איז פֿאַרשפּרייט אַזאַ ווערטל: אַן אומגעבעטענער גאַסט איז ערגער פֿון אַ טאָטער. האָבן די טאָטערן זיך באַליידיקט און דערלאַנגט אַן אָנקלאָג אין דער "יו־ען". אין דער "יו־ען" האָט מען, ווי עס פֿירט זיך, לאַנג אַרומגערעדט די פּראָבלעם און באַשלאָסן, אַז זינט איצט זאָל דאָס ווערטל קלינגען אַזוי: אַן אומדערוואַרטער גאַסט איז בעסער פֿון אַ טאָטער.

אַנטקעגן וואָס האָבן מיר דערמאָנט דעם וויץ? טאַקע אַנטקעגן די אומפֿאַרבעטענע געסט; און נישט, חלילה, די טאָטערן.

‫פֿון רעדאַקציע

ווי מיר ווייסן, גייט דעם 22סטן פֿעברואַר אויס דער אולטימאַטום־טערמין, ווען די איראַנישע רעגירונג דאַרף געבן איר ענטפֿער דעם זיכערהייט־ראַט פֿון דער "יו־ען", מכּוח איר נוקלעאַרער פּראָגראַם. לאָמיר דאָ דערמאָנען, אַז דער דאָזיקער אולטימאַטום, געשטעלט מיט אַ חודש צוריק, פֿאָדערט בײַ איראַן אויפֿצוהערן באַרײַכערן אוראַניום, וואָס קאָן ברענגען צום שאַפֿן נוקלעאַר־געווער. אויב איראַן פֿאָלגט נישט דער אינטערנאַציאָנאַלער פֿאָדערונג, וועלן געלאָזט ווערן אין גאַנג שטרענגע עקאָנאָמישע סאַנקציעס; עס איז אויך נישט אויסגעשלאָסן, אַז דער זיכערהייט־ראַט וועט אָננעמען צוגאָב־מיטלען, וואָס דערמעגלעכן אַ מיליטערישע אַרײַנמישונג.

‫פֿון רעדאַקציע

נאָך דער בייזער רעדע אויף דער קאָנפֿערענץ אין מינכן, וואָס האָט בײַ אַ סך באַטייליקטע אַרויסגערופֿן אַ גרויל פֿון דער "קאַלטער מלחמה" (גענוי וועגן דעם לייענט אויף ז' 5), האָט דער רוסלענדישער פּרעזידענט, וולאַדימיר פּוטין, זיך געלאָזט אין אַ יאַזדע איבערן אַראַבישן מיטעלן מיזרח. פּינקטלעכער וואָלט געווען צו זאָגן, איבערן סוניטישן מיטעלן מיזרח: סאַודיע, קאַטאַר, יאָרדאַניע.

ווי מיר ווייסן שוין גוט, איז רוסלאַנד אַ גרויסער פֿרײַנד מיטן איראַנישן פּרעזידענט, וואָס חלומט צו זען דעם מיטעלן מיזרח אונטער זײַן שיִיִטישן פֿליגל; ווי אַ גלײַכגעוויכט צו אָט דער פֿרײַנדשאַפֿט, שטרעבט איצט מאָסקווע צו דערנעענטערן זיך אויך צום צווייטן מוסולמענישן לאַגער, סוניטישן, בראָש מיט סאַודיע.

‫פֿון רעדאַקציע

די געשעענישן פֿון די לעצטע פֿינף־זעקס יאָר ווײַזן בולט אָן, אַז דער מערבֿ האָט כּמעט פֿאַרלוירן זײַן השגחה איבערן מיטעלן מיזרח; און נישט בלויז צוליב די סטראַטעגישע פֿעלערן, נאָר קודם־כּל, צוליב דעם אַלגעמיינעם שפּאַלט אין דער מאָדערנער ציוויליזאַציע, וואָס צעטיילט די וועלט אויף צוויי גרעסערע לאַגערן — קריסטלעכן און איסלאַמישן.