אָנהייב פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן קאָלאָנעס פֿון הונדערטער מענטשן, ס'רובֿ פֿרומע יונגע־לײַט, זיך געלאָזט צוריק קיין עזה, צום ייִשובֿ חוֹמש, וואָס דאָרט איז בײַ אַ סך פֿון זיי געווען אַן אמתע היים, וווּ זיי זײַנען געבוירן און אויפֿגעוואַקסן געוואָרן. לאָמיר אָפּפֿרישן דעם זכּרון: דער ייִשובֿ איז געווען עוואַקויִרט בגוואַלד, לטובֿת דעם באַשלוס זיך צוריקצוציִען פֿון עזה אויף אַן איינזײַטיקן אופֿן, וואָס דעם פּלאַן האָט דורכגעפֿירט דער געוועזענער פּרעמיער אַריאל שרון.
צי האָבן זיך די צווישנבאַציִונגען מיט דער פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע פֿאַרבעסערט נאָך דעם צוריקצי? צי האָט זיך די זיכערקייט פֿון ישׂראל פֿאַרשטאַרקט? צי האָבן אפֿשר די פּאַלעסטינער באַזעצט און באַלעבט די געוועזענע ייִדישע ייִשובֿים? אַזעלכע און אויך אַנדערע פֿראַגעס קאָן מען נאָך ווײַטער שטעלן, אָבער קיין ענטפֿער אויף זיי איז סײַ ווי נישט צו דערוואַרטן.
וואָס זעען מיר הײַנט? צווישן די לעצטע נײַעס געפֿינען מיר אויך אַזאַ ידיעה: די פּאַלעסטינער טעראָריסטישע גרופּעס נוצן אויס די געוועזענע ייִדישע ייִשובֿים ווי טרעניר־באַזעס. דאָרט פּרוּוון זיי אויס נײַע מינים אויפֿרײַס־שטאָף און ראַקעטן, וואָס וועלן שפּעטער אויסגענוצט ווערן קעגן ישׂראל. ווי עס מעלדן די מיליטאַנטן פֿון "כאַמאַס", ווערן, למשל, אינעם געוועזענעם ייִשובֿ גוש קטיף אויסגעפּרוּווט די ראַקעטן "יאַסין" — אַ פֿאַרבעסערטע קאָפּיע פֿון דער רוסלענדישער אָריגינעלער ראַקעטע RPG.
אַזאַ "באַלעבן" די געוועזענע ייִשובֿים פֿון די ישׂראל־קאָלאָניסטן איז אַ באַווײַז, אַז דער "אַנטי־ישׂראלדיקער ווידערשטאַנד איז אין פֿולן גאַנג" — אַזוי, יעדנפֿאַלס, דערקלערן די מענטשן פֿון דער איצטיקער "כאַמאַס"־רעגירונג.
צי זײַנען אָבער די יונגע־לײַט גערעכט, אומקערנדיק זיך צוריק צו די ערטער, פֿון וואַנען ס'האָט זיי אומברחמנותדיק אַרויסגעטריבן די אייגענע רעגירונג? צי איז דאָס ייִדישע עקשנות מסוגל איבערצוקערן דעם באַקאַנטן מיין, אַז צוויי מאָל קאָן מען נישט אַרײַנגיין אין וואַסער פֿון אַ טײַך?
האַרבע, ביטערע קשיות צום פּסחדיקן סדר, וווּ עס גייט טאַקע די רייד וועגן פֿרײַהייט, מענטשלעכער ווירדע, יושר. ס'איז אָבער הײַנט נישטאָ אין ישׂראל, ווער עס זאָל דעם סדר פֿירן.
נײַע סאַנקציע און די אַלטע פּראָבלעם
אויפֿן הינטערגרונט פֿון דער נײַער רעזאָלוציע קעגן איראַן, אָנגענומען דעם 24סטן מערץ אין דער "יו־ען", זעען זיך נאָך בולטער אָן די צוויי אַקציעס, פֿאָרגעקומען פֿאַר און נאָך דער אָפּשטימונג. נאָך בעתן באַהאַנדלען די סאַנקציעס קעגן איראַן, האָבן די איראַנישע גרענעץ־כּוחות פֿאַרהאַלטן 15 בריטישע מאַטראָסן, וואָס ווערן באַשולדיקט אין שטערן די איראַנישע גרענעץ.
ענגלאַנד און דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד פֿאָדערן, אַז די איראַנישע רעגירונג זאָל באַפֿרײַען די פֿאַרכאַפּטע מאַטראָסן תּיכּף־ומיד. אין טעהעראַן, להיפּוך, איז די טעג דורכגעגאַנגען אַ סטודענטישע דעמאָנסטראַציע, וואָס האָט געפֿאָדערט נישט אַרויסצולאָזן די ענגלענדער, ביז דער מערבֿ וועט נישט אומקערן די איראַנישע אָפֿיצירן, אַרעסטירט אין איראַק, און נישט אָפּשאַפֿן די "יו־ען"־סאַנקציעס.
די צווייטע אַקציע: דער אַמעריקאַנער מיליטערישער ים־פֿלאָט האָט דינסטיק אָנגעהויבן זײַנע ברייט־מאַסשטאַביקע לערן־מאַנעוורעס אינעם פּערסישן אויסגוס. מאַנעווערס פֿון אַזאַ פֿאַרנעם האָט אַמעריקע דורכגעפֿירט ערבֿ איר אינוואַזיע אין איראַק. צי מיינט עס, אַז די אַמעריקאַנער רעגירונג, בראָש מיט בוש, גייט מיטן זעלבן וועג, וואָס מיט פֿיר יאָר צוריק?
די אָפֿיציעלע פֿאָרשטייער פֿון דער אַמעריקאַנער אַרמיי דערקלערן, אַז די דאָזיקע מאַנעוורעס זײַנען פֿאַרפּלאַנירט געוואָרן נאָך פֿאַר דעם, ווי די איראַנער האָבן פֿאַרכאַפּט די ענגלישע מאַטראָסן; און אַז זיי שטעלן מיט זיך נישט פֿאָר קיין סכּנה פֿאַר איראַן.
און דאָך, נישט געקוקט אויף די דערקלערונגען, האַלטן אַ סך אינטערנאַציאָנאַלע עקספּערטן, אַז דאָס אַטאַקירן די איראַנישע נוקלעאַרע אָביעקטן קאָן פֿאָרקומען אין יעדער מינוט. צי קאָנען טאַקע די צוויי געשעענישן זיך אויסלאָזן אין אַ גרויסער מלחמה? לויט אַלע סימנים, איז סײַ פּרעזידענט בוש און סײַ דער איראַנישער פּרעזידענט אַכמאַדינעדזשאַד גרייט צו אַזאַ לייזונג. דער ערשטער, ווי ער האַלט, צוליב באַפֿרײַען די וועלט פֿון אַ נוקלעאַרער סכּנה, און דער צווייטער — צוליב פֿארשטאַרקן זײַן מאַכט און פֿאַרשפּרייטן זײַן איסלאַמיש־פֿונדאַמענטאַליסטישע הערשאַפֿט איבערן גאַנצן מיטעלן מיזרח.