איז מצרים אַ סך מער דעמאָקראַטיש ווי קובאַ? צי סאַודי אַראַביע? ווער רעדט שוין וועגן טורקמעניסטאַן; אָדער וועגן כינע, וווּ די קאָמוניסטישע פּאַרטיי לאָזט ניט אַרויס די לייצעס פֿון אירע הענט. און אין פֿאַרגלײַך מיט צפֿון-קאָרעע קען פֿידעל קאַסטראָס רעזשים דינען ווי אַ שײַנענדיקער מוסטער פֿון אַ יושרדיקער מאָדערנער געזעלשאַפֿט.
אָבער לויטן סקאַרבאָוון סטאַנדאַרד פֿון דער אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע, איז דווקא פֿידעל קאַסטראָ דער שרעקלעכסטער מלאך-חבלה. מע ווינטשט אים אָפֿן, ער זאָל וואָס גיכער שטאַרבן און דערמיט עפֿענען אַ וועג פֿאַר טראַנספֿאָרמירן דאָס לאַנד אין אַ פֿרײַנד פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
בינו-לבינו, שטייט ניט קובאַ פֿאַרגליווערט אויף דעם זעלבן אָרט, וואָס זי האָט פֿאַרנומען נאָך דער איבערקערעניש, דעם 1טן יאַנואַר 1959, ווען פֿידעל קאַסטראָס חבֿרה-לײַט זענען בגוואַלד פּטור געוואָרן פֿון דער דיקטאַטור פֿון באַטיסטאָ. די איראָניע באַשטייט אין דעם, וואָס מיט קיין דעמאָקראַטיע האָט דאָך אין קובאַ אַפֿילו ניט געשמעקט אין יענע יאָרן, פֿאַר קאַסטראָן. אַן אַנדער זאַך, אַז די סמעטענע פֿון דער קובאַנער געזעלשאַפֿט, ווי אויך די אַמעריקאַנער געסט און אינוועסטאָרן האָבן דעמאָלט געלעבט אַ טאָג, בעת די מערהייט פֿון דער באַפֿעלקערונג איז געווען שרעקלעך אָרעם. קיין חידוש ניט, אַז די אָרעמקייט האָט אונטערהאַלטן — און האַלט נאָך אַ פּנים, אונטער — דעם איצטיקן רעזשים, וואָס האָט זיי געגעבן אַ צוטריט צו בילדונג, מעדיצין און דירות.
לאַנגע יאָרן האָט די עקאָנאָמיע פֿון קובאַ זיך, אין אַ גרויסער מאָס, געהאַלטן אויף די סובסידיעס, אַרום 4 ביליאָן דאָלאַר, וואָס דער סאָוועטן-פֿאַרבאַנד פֿלעגט געבן יאָר-אײַן יאָר-אויס. בײַם אָנהייב פֿון די 1990ער יאָרן איז דער דאָזיקער קוואַל טרוקן געוואָרן. אין לעצטן סך-הכּל איז עס געווען אַ גוטער קער פֿאַר קובאַ, ווײַל דער עקאָנאָמישער קריזיס האָט געפֿאָדערט זיך אָפּצוזאָגן פֿון דעם פֿריִערדיקן דאָגמאַטישן ניהיליזם לגבי פּריוואַטע אונטערנעמונגען.בערך 200 טויזנט מענטשן שטעלן מיט זיך הײַנט פֿאָר דעם נײַעם שיכט פֿון דער געזעלשאַפֿט, דהײַנו: פּריוואַטע אונטערנעמער.
זיי — די פּריוואַטניקעס — זײַנען טעטיק, למשל, אין טוריזם, וואָס ברענגט אין משך פֿון אַ יאָר מער פֿון צוויי מיליאָן אויסלענדער פֿון דער גאָרער וועלט, מערסטנטייל פֿון קאַנאַדע, גרויס-בריטאַניע, שפּאַניע, איטאַליע און מעקסיקע. די אַמעריקאַנער טאָרן ניט, חס-וחלילה, באַזוכן קובאַ, כאָטש אייניקע צולהכעיסניקעס לאַכן זיך אויס אויף דעם אָפֿיציעלן פֿאַרבאָט און קומען אין קובאַ סײַ-ווי-סײַ — בדרך-כּלל דורך מעקסיקע אָדער קאַנאַדע. אַן אויספֿרעג האָט ניט לאַנג צוריק געוויזן, אַז מער ווי 60 פּראָצענט אַמעריקאַנער תּושבֿים זאָגן זיך אַרויס פֿאַר דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט קובאַ, און 40 פּראָצענט וואָלטן געוואָלט פֿאָרן אַהין אויף וואַקאַציעס.
וועגן דעם, אַז מע דאַרף אַזוי אָדער אַנדערש נאָרמאַליזירן די באַציִונגען מיט קובאַ, טענהן אויך אייניקע פּאָליטיקער. אַפֿילו צווישן די קובאַנער עמיגראַנטן זײַנען פֿאַראַן אָנהענגער פֿון נאָרמאַליזאַציע — ניט ווײַל די דאָזיקע מענטשן האַלטן אונטער די קאָמוניסטישע רעגירונג, נאָר ווײַל מע גלייבט אַז אַזוי וועט זײַן גרינגער צו שאַפֿן אַ יסוד פֿאַר אַ בעסערן לעבן אין זייער היימלאַנד. מע האָפֿט, אַז איצט, נאָך דעם דעמאָקראַטישן נצחון, איז אַ גוטער מאָמענט דורכצופֿירן אין קאָנגרעס געזעצן, וועלכע וועלן עפֿענען די ערשטע שפּאַרונעס אין דעם לאַנג-יאָריקן בויקאָט פֿון דער מדינה. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם וואָס אַ סך פֿון די 11 מיליאָן קובאַנער בירגער האָבן קרובֿים אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
וואָס זשע געווינט אַמעריקע פֿון בויקאָטירן קובאַ, אַ חוץ געווינען שטימען פֿון דער קובאַנער עמיגראַציע? עקאָנאָמיש האָט עס זיכער קיין זינען ניט. הגם קאַסטראָס רעגירונג בלײַבט פֿאָרזיכטיק מיט אַרײַנלאָזן אויסלענדישע אינוועסטאָרן, האָט זי פֿון דעסטוועגן דערלויבט עטלעכע הונדערט בשותּפֿותדיקע אונטערנעמונגען. און ניט בלויז אין טוריזם, וווּ אויסלענדישע פֿירמעס, דער עיקר שפּאַנישע, האָבן שוין פֿינף צענדליק האָטעלן. זייער צוזאָגנדיק זײַנען די פּראָיעקטן פֿון אַרויסבאַקומען נאַפֿט און גאַז בײַ די ברעגן פֿון קובאַ. אין אַזעלכע פּראָיעקטן זײַנען פֿאַרטאָן פֿירמעס פֿון קאַנאַדע, שפּאַניע, נאָרוועגיע, אינדיע, מאַלײַזיע און כינע. אין דער ליכטיקער צוקונפֿט, וואָס די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע זאָגט צו נאָך קאַסטראָס טויט, וועט דער אַמעריקאַנער קאַפּיטאַל מוזן קאָנקורירן מיט אַנדערע פֿירמעס, וואָס וועלן זיך דערווײַל אָנוואַרעמען אַן אָרט אין דער היגער עקאָנאָמיע.
די פּאָליטישע פֿאַרלוסטן זײַנען אויך גאַנץ וואָגיק. די אַמעריקאַנער איזאָלאַציע האָט היפּש בײַגעטראָגן אין דעם אימאַזש פֿון פֿידעל קאַסטראָ, וואָס בלײַבט פּאָפּולער צווישן מיליאָנען מענטשן, בפֿרט אין לאַטיין-אַמעריקע. ניט צופֿעליק האַלט הוגאָ טשאַוועס אין איין לויבן — און אַפֿילו פֿאַרגעטערן — דעם פֿירער פֿון קובאַנער סאָציאַליזם. בכלל, סימבאָליזירט קובאַ די שוואַכקייט פֿון דער וואַשינגטאָנער פּאָליטיק אין לאַטיין-אַמעריקע.