‫פֿון רעדאַקציע
פֿון

אין דער לעצטער צײַט האָט זיך באַזונדערס פֿאַרשאַרפֿט דער קריזיס צווישן די איצטיקע בײַ־באַלטישע לענדער, די געוועזענע לענדער פֿונעם אַזוי גערופֿענעם סאָציאַליסטישן לאַגער, און רוסלאַנד. דאָס מאָל, צוליב די פֿאָדערונגען פֿון די נאַציאָנאַל־געשטימטע באַוועגונגען אין די לענדער אַראָפּצוטראָגן די דענקמעלער, אויפֿגעשטעלט נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, לטובֿת דעם סאָוועטישן סאָלדאַט — דעם באַפֿרײַער פֿון דער ברוינער מגפֿה (גענויער וועגן דעם לייענט אויף דער ז׳ 3).

דער מענטש, וואָס איז באַקאַנט מיט דער מאָדערנער געשיכטע, וועט אַוודאי זיך פֿאַרחידושן: ס׳טײַטש, צי דען קומט טאַקע נישט דעם סאָוועטישן סאָלדאַט, כאָטש אויף אַזאַ סימבאָלישן אופֿן, אָפּגעבן כּבֿוד פֿאַר דעם, וואָס ער איז אויסגעשטאַנען און אויסגעטראָגן בעת דער מלחמה; שוין זשע האָבן די דאָרטיקע פֿעלקער אַזוי גיך פֿאַרגעסן, ווער ס׳האָט זיי געבראַכט די פֿרײַהייט "אויף די באַגנעטן"?

מסתּמא, געדענקען זיי עס. זיי קאָנען אָבער אויך נישט פֿאַרגעסן, אַז באַלד נאָך דער באַפֿרײַונג, האָט דער סאָוועטישער זיגער, מיט דער הילף פֿון די אָרטיקע קאָמוניסטישע קאָלאַבאָראַטאָרן, פֿאַרשפּאַרט די פֿעלקער אין אַ מין אידעאָלאָגישן לאַגער, וואָס די אָרדענונג דאָרט האָט זיך אויפֿגעהאַלטן אויף די זעלבע באַגנעטן.

און ס׳איז גענונג געווען בלויז זיך קעגנצושטעלן, בלויז נישט מסכּים זײַן מיטן עלטערן ברודער פֿון מאָסקווע, ווי דער סאָוועטישער סאָלדאַט האָט ווידער געלאָזט אין גאַנג זײַן באַגנעט. באַזונדערס, האָט מען עס דערפֿילט אין בודאַפּעשט, אין 1956 און אין פּראָג, אין 1968. טויזנטער מענטשן האָבן דעמאָלט געליטן פֿון דעם סאָוועטישן סאָלדאַט. דאַרפֿן זיי איצט, ווען זיי האָבן, סוף־כּל־סוף, אויפֿגעהערט מורא צו האָבן פֿאַר זײַן באַגנעט, קוקן אויף דעם בראָנדזענעם קעמפֿער? אָבער צוריק גערעדט, איז ער דען שולדיק, וואָס זײַנע אייגענע פֿירער האָבן אים נישט איין מאָל פֿאַרראַטן; געשיקט אים צו באַגיין שענדלעכע מעשׂים לטובֿת פֿאַרפֿירערישע אידעאַלן און אימפּערישע אַמביציעס?

אַוודאי זײַנען די סאָלדאַטן נישט שולדיק, בפֿרט נאָך יענע, וואָס האָבן אָפּגעגעבן זייערע לעבנס פֿאַרן באַפֿרײַען אייראָפּע פֿון די נאַציס. אָבער די הײַנטיקע פּאָליטיקער פֿון רוסלאַנד און די נאַציאָנאַליסטישע כּוחות פֿון די שוין אומאָפּהענגיקע לענדער, נוצן זיי ווידער אויס; ריכטיקער, פֿאַרשוואַרצן דעם אָנדענק פֿון זייער סאָלדאַטסקער העלדישקייט.

דער האַנדל גייט אָן ווײַטער

דער אַראַבישער מיטל־מיזרח האָט תּמיד געשמט ווי אַן אָרט פֿון מיסחר. דער תּמצית פֿון מיסחר איז, וויבאַוווּסט, די קונסט פֿון דינגען זיך. די מומחים האַלטן אַפֿילו, אַז אַן אמתער סוחר שעפּט מער נחת פֿונעם פֿאַרקויף־פּראָצעס, פֿונעם דינגען זיך מיטן קונה, איידער פֿון דעם פֿאַרדינסט גופֿא.

אַקעגן וואָס האָבן מיר עס דערמאָנט? דער "מיסחר" אַרום דעם געפֿאַנגענעם ישׂראל־סאָלדאָט, גילעד שליט, איז בפֿירוש אַ באַווײַז פֿון אַזאַ מין "נחת", וואָס די "כאַמאַסניקעס" שעפּן בעת די פֿאַרהאַנדלונגען מיט דער ישׂראל־רעגירונג. זיי רופֿן בכּיוון אָן אַזאַ "פּרײַז" פֿאַר זייער לעבעדיקער "סחורה", אַז ס'איז זיי אַליין קלאָר — עס האַלט נישט אויס קיין שום פּראָפּאָרץ. עס גייט דאָ אַפֿילו נישט אין דער צאָל פּאַלעסטינער טעראָריסטן, וואָס זיצן אין די ישׂראל־תּפֿיסות; אויפֿן חשבון פֿון די דאָזיקע טעראָריסטן זײַנען צענדליקער מענטשלעכע לעבנס, און פֿאַר יעדן אַזאַ אָפּגענומען לעבן האָבן זיי באַקומען אַ לעבנס־לאַנגן טערמין.

געפֿאַנגענע סאָלדאַטן זײַנען אין אַלע צײַטן געווען אַ "סחורה" אויסגעטוישט צו ווערן. ישׂראל האָט אַ רײַך־ביטערע דערפֿאַרונג אין דעם געביט, און די אַראַבישע "סוחרים" פֿון "כאַמאַס" ווייסן עס גוט. דערווײַל האָט די ישׂראל־רעגירונג קאַטעגאָריש אָפּגעוואָרפֿן די צוגעשטעלטע רשימות. אָבער דער האַנדל גייט אָן ווײַטער. די "כאַמאַס"־לײַט שעפּן נחת, ווי עס פּאַסט פֿאַר אמתע אַראַבישע סוחרים.

דער אראַבישער מיטעלער מיזרח איז געטרײַ און איז ממשיך זײַנע דורותדיקע טראַדיציעס.