די געשעענישן פֿון די לעצטע פֿינף־זעקס יאָר ווײַזן בולט אָן, אַז דער מערבֿ האָט כּמעט פֿאַרלוירן זײַן השגחה איבערן מיטעלן מיזרח; און נישט בלויז צוליב די סטראַטעגישע פֿעלערן, נאָר קודם־כּל, צוליב דעם אַלגעמיינעם שפּאַלט אין דער מאָדערנער ציוויליזאַציע, וואָס צעטיילט די וועלט אויף צוויי גרעסערע לאַגערן — קריסטלעכן און איסלאַמישן.
די פֿירער פֿון די מוסולמענישע לענדער, וווּ עס קומען פֿאָר בלוטיקע צוזאַמענשטויסן, און וווּ עס האַלט שוין בײַ אַ בירגער־קריג, קערן זיך איצט אַלץ אָפֿטער אויס מיטן פּנים נישט צום מערבֿ, נאָר צו זייערע לײַבלעכע אמונה־ברידער, וואָס האָבן סײַ די מאה און סײַ די דעה. מיר זעען עס איצט אין מעקאַ, וווּ ס'האָבן זיך צונויפֿגענומען די פֿירער פֿון די צוויי קעגנערישע צדדים אין פּאַלעסטינע — מאַכמוד אַבאַס פֿון "פֿאַטאַך" און כאַלעד מאַשאַל פֿון "כאַמאַס".
צו סאַודיע האָבן זיך געוואָנדן ביידע צדדים צו זײַן אַ "דיין" אין זייער סיכסוך, וואָס האָט זיך צעפֿלאַקערט אויף די גאַסן און געסלעך פֿון עזה און ראַמאַלאַ און שוין אַוועקגעטראָגן צענדליקער לעבנס. ווי עס ווערט דערקלערט פֿון ער־ריִאַד, איז דער הויפּט־ציל פֿון דעם צוזאַמענטרעף אין מעקאַ צונויפֿצושטעלן אַ בשותּפֿותדיקע נאַציאָנאַלע רעגירונג אין דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע — אַן אידעע פֿיקס פֿונעם איצטיקן פּאַלעסטינער פּרעזידענט, מאַכמוד אַבאַס. עס ווערט אָבער גלײַך באַטאָנט, אַז די אַזוי גערופֿענע רעגירונג פֿון נאַציאָנאַלער אייניקייט איז נישט מחויבֿ זיך צו האַלטן בײַ די הויפּט־פּרינציפּן, אויסגעאַרבעט פֿון דעם מערבֿ־"קוואַרטעט". דהײַנו, עס וועלן אָפּגעשאַפֿן ווערן די אָפּמאַכן, וואָס עס האָט אונטערגעשריבן די פֿריִערדיקע פֿירערשאַפֿט פֿון דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע, ספּעציעל וואָס שייך דעם שלום־אָפּמאַך מיט ישׂראל.
מיט אַנדערע ווערטער, לאָמיר פֿאַרגעסן אין דעם, וואָס עס איז געווען ביז אַהער, דער נײַער "בעזעם" וועט קערן אַנדערש. דערבײַ בלײַבט דאָך דאָס אַלטע מיסט פֿאַרשאַרט אין אַ ווינקל, און קיינער האָט עס פֿון דער שטוב נישט אַרויסגעטראָגן. פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָס "אַלטע מיסט" מיינט די שׂינאה קעגן דעם אַלגעמיינעם ישׂראל־שׂונא.
ווי מע גיט אָנצוהערן פֿון סאַודיע, האָט דער סאַודישער קיניג אַבדולאַ דערקלערט די מערבֿ־גדולים, אַז אויב זיי וועלן נישט אויפֿהערן דעם איצטיקן בויקאָט, וועט סאַודיע אויסטיילן דער נײַער פֿאַראייניקטער פּאַלעסטינער רעגירונג די סומע פֿון איין מיליאַרד דאָלאַר. אַזאַ צוזאָג האָט אַבדולאַ געגעבן דעם פֿירער פֿון "כאַמאַס", איידער יענער איז מסכּים געווען צו קומען קיין מעקאַ אונטערצושרײַבן אַן אָפּמאַך מיטן פֿירער פֿון "פֿאַטאַך".
לויט דעם וואָס מע דערוויסט זיך הײַנט, וועט די פֿירערשאַפֿט פֿון "כאַמאַס" דאַרפֿן, אַפּנים, איבערגעבן אייניקע שליסל־פּאָזיציעס פֿון דער רעגירונג אין די הענט פֿון "פֿאַטאַך", באַזונדערס, דעם "טאַש" פֿונעם אינערלעכן מיניסטעריום. צוליב דעם דאָזיקען "טאַש" האָט די פֿריִערדיקע טרעפֿונג פֿון אַבאַס און מאַשאַל אין דמשׂק זיך פֿאַרענדיקט מיט גאָרנישט. דערבײַ וועלן ס'רובֿ "טאַשן" פֿאַרבלײַבן בײַם "כאַמאַס".
די מומחים שאַצן אָפּ די איצטיקע פֿאַרהאַנדלונגען אין מעקאַ, ווי דער לעצטער שאַנס צו געפֿינען אַ פּשרה סײַ צווישן די צדדים און סײַ פֿאַר דער מערבֿ־וועלט. צוריק גערעדט, ווערט באַטאָנט, אַז פֿון דמשׂק און טעהעראַן, די צוויי הויפּט־ספּאָנסאָרס פֿון "כאַמאַס" און "כעזבאָלאַ", האָט מען שוין אָפּגעקלאַפּט אַ "טעלעגראַם" צו מאַשאַלן, אַז אויב ער וועט אײַנגיין אויף די באַדינגען פֿון "פֿאַטאַך", קאָן ער פֿאַרלירן זײַן מקום־מיקלט אין סיריע און די פֿינאַנץ־שטיצע פֿון איראַן.
בכלל לוינט נישט די איסלאַמיסטן פֿון איראַן, אַז סאַודיע זאָל ווערן דער משגיח איבערן מיטעלן מיזרח. צו "ליבעראַל" זעט אויס אין זייערע אויגן די קיניגלעכע נאַפֿט־מלוכה; זי האָט גוטע באַציִונגען מיט אַמעריקע און דעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, און אויך דער מערבֿ זעט אין סאַודיע אַ "פּאַסיקע אַלטערנאַטיוו" צו איראַן.
קיין מעקאַ פֿירן די וועגן פֿון אַלע מוסולמענער. דאָרט זוכן זיי אַן אויסלייזונג צו זייערע זינד; דאָרט פֿאַרוואַרפֿן זיי מיט שטיינער דעם שׂטן. לאָמיר האָפֿן, אַז אויך פֿון דאָרטן, פֿון מעקאַ, וועלן די איצטיקע פּאַלעסטינער גדולים זיך אומקערן אַהיים מיט אַן אויסגעבעטענעם שלום.