אין דעם איצטיקן פּאָליטישן סעזאָן האָט זיך זייער פֿרי אָנגעהויבן די קאַמפּאַניע, וואָס וועט אַ פּנים אָפּקאָסטן אַ ביליאָן דאָלאַר און בלי-ספֿק ברענגען אַ נײַעם אײַנוווינער אין דעם "ווײַסן הויז". אייניקע זשורנאַליסטן טראָגן עס אונטער אַזוי, גלײַך ווי ס׳איז שוין כּמעט קלאָר דער נאָמען פֿון דעם קומענדיקן פּרעזידענט — הילאַרי קלינטאָן. צוריק גערעדט, ס׳איז דאָך אַפֿילו ראַציאָנעל, ווײַל זי וועט ניט מוזן פּטרן קיין צײַט צו מאַכן קלאָר וווּ עס געפֿינט זיך דער וואַשצימער און אַנדערע חדרים אין דעם בנין, אין וועלכן זי האָט געהאַט פֿאַרבראַכט אַ שיין ביסל צײַט ווי די "ערשטע ליידי".
די קאַמפּאַניע האָט זיך נאָר וואָס אָנגעהויבן, אָבער עס ווילט זיך שוין, אַז זי זאָל זיך פֿאַרענדיקן. וויפֿל מיליאָנען ווערטער וועלן זיך איצט אויסגיסן — בכּתבֿ און בעל-פּה — אויף דעם אַמעריקאַנער און דעם (אַ סך ווייניקער שולדיקן) ניט-אַמעריקאַנער עולם. מע וועט אַנאַליזירן יעדעס וואָרט און טריט. עקספּערטן וועלן זיך צוקוקן צו דעם, ווי קלינטאָן און אַנדערע קאַנדידאַטן וועלן זיך אָנטאָן, שמייכלען, דריקן די הענט און, בכלל, אָטעמען. מע וועט טאָג ווי נאַכט ניט אַרויסלאָזן פֿון די הענט די לאָפּעטעס, מיט וועלכע מע וועט זיך גראָבן אין די ביאָגראַפֿיעס פֿון די פּרעטענדענטן.
די דערפֿאַרונג ווײַזט, אַז דאָס אַלץ קען זײַן אַ פּוסטע טירחה. פּונקט אַזוי האָט מען געגראָבן און גענישטערט בשעת די צוויי קאַמפּאַניעס, וועלכע האָבן געבראַכט אינעם ווײַסן הויז אַ פּרעזידענט, וועמעס פּאָליטיק האָט פֿאַרפֿירט דאָס לאַנד און, במילא, די גאַנצע וועלט אין אַ צאָל טעמפּע ווינקלען. דער טעמפּטסטער פֿון זיי איז, פֿאַרשטייט זיך, איראַק. פֿאַר די אַמעריקאַנער וויילערס וועט דער צוגאַנג צום איראַקער ענין שפּילן אַ צענטראַלע ראָלע. און דאָס קען ווערן אַ פּאַסטקע פֿאַר הילאַרי קלינטאָן. אירע הענט זײַנען דאָך אויך ניט אין גאַנצן ריין, ווען די רייד גייט וועגן איראַק. זי האָט די אינוואַזיע תּחילת אונטערגעהאַלטן און די טענות, אַז דעם פּרעזידענט בושס אַדמיניסטראַציע האָט זי פֿאַרפֿירט, קלינגט ניט זייער איבערצײַגעוודיק. עס זײַנען דאָך געווען ניט ווייניק פּאָליטיקער, וועמען די בוש-פּראָפּאגאַנדע האָט ניט פֿאַרבלענדט. טאָ צוליב וואָס דאַרף מען אויסקלײַבן דווקא אַ פּאָליטיקער וואָס האָט זיך געלאָזט פֿאַרפֿירן?
אַ סבֿרא, אַז דער קומענדיקער פּרעזידענט וועט זײַן אַ דעמאָקראַט. אין דער בינאַרער פֿאָרמולע פֿון דער אַמעריקאַנער דעמאָקראַטיע איז דאָך קיין דריטע פּאַרטיי ניטאָ, און די רעפּובליקאַנער וועלן דאַרפֿן אויף עפּעס אַ צײַט אָפּגעבן דעם ערשטן פֿידל. צו פֿיל פֿאַלשע נאָטעס האָבן זיי געשפּילט אין די לעצטע יאָרן. דאָך הייסט עס ניט, אַז דער נאָמען פֿונעם קומענדיקן פּרעזידענט איז קלינטאָן. מע דאַרף דאָך ניט פֿאַרגעסן, אַז ניט געקוקט אויף אַלע פֿעמיניסטישע באַמיִונגען מוז אַמעריקע נאָך צוגעוווינט ווערן צו פֿרויען אין גרויסער פּאָליטיק און גרויסע געשעפֿטן. דער חלק פֿון פֿרויען אויף די העכסטע שטעלעס איז אַ סך גרעסער אין אַזעלכע לענדער, ווי בראַזיל, רוסלאַנד און כינע.
צי הייסט עס, אַז באַראַק אָבאַמאַ וועט סוף-כּל-סוף איבעריאָגן קלינטאָנען? בפֿרט נאָך אַז ער האָט ניט אונטערגעהאַלטן די מלחמה אין איראַק. אָבער זײַן הצלחה איז אויך ניט קלאָר. און ניט נאָר, ווײַל גאָר ניט אַלע וועלן זײַן גרייט צו שטימען פֿאַר אַ ניט-ווײַסן פּרעזידענט. ס׳איז וויכטיק, אַז פּונקט ווי הילאַרי קלינטאָן, איז באַראַק אָבאַמאַ אַ סענאַטאָר. דאָס הייסט אַז ער געהערט צו דער קאַטעגאָריע פּאָליטיקער, וואָס קענען זייער גוט רעדן וועגן אָנגעווייטיקטע ענינים, אָבער האָבן ניט קיין דערפֿאַרונג אין אָנפֿירן מיט עפּעס, וואָס איז גרעסער פֿון זייער אייגענער משפּחה צי פֿון אַ גרופּע עצה-געבערס.
ס׳איז ניט קלאָר, צי אַמעריקע קען זיך אין דעם איצטיקן מצבֿ באַגיין מיט אַ פּאָליטיקער-טעאָרעטיקער. די רייד גייט דאָך וועגן אַ שליחות מיט ממשותדיקע אויפֿגאַבן. אַ חוץ איראַק און די אַרומיקע לענדער, מוז מען דאָך אויסאַרבעטן אַ סך נײַע צוגאַנגען, בפֿרט צו דרום-אַמעריקע און צו רוסלאַנד. מע דאַרף פֿונדעסטוועגן געפֿינען אַ וועג, ווי אַזוי צו באַפֿרײַען די אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט פֿון איר מעדיצינישער פֿאַרשקלאַפֿטקייט. די רעגירונג מוז דאָך אָנהייבן טראַכטן וועגן די צענדליקער מיליאָנען אַמעריקאַנער, וועלכע האָבן ניט קיין פֿאַרזיכערונג.
ס׳איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז ביידע סענאַטאָרן — קלינטאָן און אָבאַמאַ — זײַנען אין שטאַנד צו רעאַליזירן ראַדיקאַלע פּראָגראַמען. אָבער מע דאַרף זיך ניט אײַלן. אַז מע לייגט שוין אַרײַן אַזעלכע משוגענע געלטער אין דער פּרעזידענטישער קאַמפּאַניע (אַ ביליאָן דאָלאַר אַרבעט אויס אין משך פֿון אַ יאָר די גאַנצע עקאָנאָמיע פֿון אַזאַ לאַנד ווי סאָמאַליע), טאָ מוז מען אויסקלײַבן אַן אמתע מציאה. ווער ווייסט — אפֿשר ביל ריטשאַרדסאָן, דער גובערנאַטאָר פֿון נײַ-מעקסיקע, איז אַ מער פּאַסיקע פֿיגור, ניט געקוקט אויף דעם וואָס ער איז ניט קיין פֿרוי און זײַן טאַטע איז ניט געווען קיין אַפֿריקאַנער? דער עיקר צו זײַן זיכער, אַז מע קלײַבט אויס אַ טוער און ניט קיין פּלאַפּלער.