אַז דער רוסלענדישער פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין פֿאָרט קיין טעהעראַן אויף אַ סאָמיט פֿון די בײַקאַספּישע לענדער — איראַן, אַזערבײַדזשאַן, טורקמעניסטאַן, קאַזאַכסטאַן און רוסלאַנד — איז קיין סוד נישט געווען. נאָך מער, ס׳איז באַוווּסט געווען פֿון פֿריִער, אַז דאָרט וועט ער רעדן מיטן גאַסטגעבער, דעם פּרעזידענט אַכמאַדינעדזשאַד, נישט נאָר וועגן דעם ווי אַזוי צו צעטיילן צווישן די שכנים די נאַפֿט־אוצרות, אַז יעדער זאָל בלײַבן צופֿרידן, נאָר וועגן דער איראַנישער נוקלעאַרער פּראָגראַם, וואָס גיט נישט דער מערבֿ־וועלט קיין רו. טאַקע אין דעם האָט געשטעקט די אינטריגע.
פּוטין אָבער, ווי אַן עכטער פֿאַכמאַן פֿונעם אַוואַנטור־זשאַנער, האָט פֿאַרדרייט אַרום דער יאַזדע אַ באמת פֿאַרכאַפּנדיקן סוזשעט. דהײַנו: ממש ערבֿ זײַן פֿאָרן, בעת פּוטין האָט זיך געפֿונען אין דײַטשלאַנד (אַגבֿ, דאָס הויפּט־אָרט פֿון זײַן אַלטער שפּיאָן־קאַריערע), האָט זיך פּלוצעם באַוויזן אַן אינפֿאָרמאַציע "פֿון אַ פֿאַרלאָזלעכן רוסלענדישן זיכערהייט־קוואַל", אַז אין איראַן גרייט זיך אויף פּוטינען אַן אַטענטאַט.
פּוטינס וויזיט קיין טעהעראַן איז דער ערשטער באַזוך אויף אַ ניוואָ פֿון אַ רוסלענדישן מלוכה־פֿירער נאָך איבער 60 יאָר. פֿאַר אים איז דאָס געווען נישט אַבי ווער, נאָר סטאַלין גופֿא, וואָס האָט זיך באַגעגנט דאָרט מיט די פֿירער פֿון דער קאָאַליציע — טשערטשיל און רוזוועלט. סטאַלינס פּאַראַנאָיִשע חושדיקייט איז גוט באַקאַנט. איז נישט צו חידושן זיך, וואָס די סאָוועטישע זיכערהייט־דינסט האָט דעמאָלט געוואָרנט סטאַלינען, אַז די נאַציס גרייטן צו אַן אַטענטאַט אויף אים און די צוויי מערבֿ־פֿירער.
ווי ס׳האָט זיך שפּעטער אַרויסגעוויזן, איז עס געווען נישט מער ווי אַן אויסגעטראַכטע מעשׂה, גענוג צו מאַכן אַ קינאָפֿילם. פֿונדעסטוועגן, איז דער "אַוואַנטור־סוזשעט" געווען באַרעכטיקט — פֿאָרט מלחמה־צײַט.
ווער זשע זײַנען די שׂונאים הײַנט פֿון דעם איצטיקן רוסלענדישן פּרעזידענט? די פּרעסע־אַגענטור פֿונעם מאָסקווער קרעמל האָט זיך אָפּגעזאָגט צו קאָמענטירן די דאָזיקע אינפֿאָרמאַציע; אמת, מ׳האָט באַשטעטיקט, אַז דער פּרעזידענט ווייסט וועגן דעם. דערפֿאַר אָבער האָט דער וואָרטזאָגער פֿונעם איראַנישן מיניסטעריום פֿון אויסערלעכע ענינים געהאַט אַן אויסשעפּנדיקע דערקלערונג, אַז אַלץ איז אַן אויסטראַכטעניש אין נוסח פֿון דער "פּסיכאָלאָגישער מלחמה, וואָס ווערט געפֿירט מצד די פֿײַנט פֿון איראַן", וועלכע טוען עס כּדי "צו צעשטערן די גוטע באַציִונגען פֿון איראַן און רוסלאַנד".
פּוטין, פּונקט ווי סטאַלין אין יאָר 1943, איז געפֿאָרן קיין טעהעראַן און דער סאָמיט איז בשלום דורכגעגאַנגען אָן קרבנות. די הויפּט־פּראָבלעם פֿונעם סאָמיט, פֿאַרבונדן מיטן צעטיילן דעם קאַספּישן ים, איז געבליבן נישט געלייזט. איראַן און טורקמעניסטאַן האָבן פֿאָרגעלייגט עס צעטיילן אויף גלײַכע טיילן פֿאַר יעדן פֿון די פֿינף שכנים־לענדער; רוסלאַנד, קאַזאַכסטאַן און אַזערבײַדזשאַן זײַנען אָבער נישט מסכּים.
נאַפֿט איז אַזאַ סחורה, וואָס וועט נישט פֿאַרפֿאַלן ווערן אויך שפּעטער. דעריבער איז דאָ צײַט די טעמע אַרומצורעדן אין אַ יאָר אַרום אויך. די עכט־ברענענדיקע טעמע איז דאָך איראַנס נוקלעאַרע פּלענער. אין שײַכות מיט דעם פּונקט האָבן די פֿינף לענדער אונטערגעשריבן אַ בשותפֿותדיקע דעקלאַראַציע, וואָס ברענגט אַרײַן אין דעם סוזשעט גאָר אַ נײַעם און שפּאַנענדיקן קער.
דער פּונקט נומער 15 פֿון דער דאָזיקער דעקלאַראַציע זאָגט קלאָר און דײַטלעך, אַז "די בײַקאַספּישע לענדער וועלן בײַ קיין שום אומשטאַנדן נישט דערלאָזן, אַז זייערע טעריטאָריעס זאָלן זײַן אויסגענוצט פֿון אַן אַנדער לאַנד, כּדי דורכצופֿירן אַגרעסיווע אַקציעס קעגן איינער פֿון די פֿינף בײַקאַספּישע לענדער". ס׳איז קיין צווייפֿל נישט, אַז אַזאַ "פּונקט" קלינגט ווי אַ וואָרנונג פֿאַר אַמעריקע און די אייראָפּעיִשע לענדער. דערבײַ האָט פּוטין דערקלערט, אַז יעדע פֿון די פֿינף לענדער האָט רעכט צו אַנטוויקלען זײַן נוקלעאַרע פּראָגראַם.
אויפֿן הינטערגרונט פֿון די פֿרידלעכע דערקלערונגען, האָט דער רוסלענדישער פּרעזידענט צוגעזאָגט צוצושטעלן פֿאַר דער איראַנישער אַרמיי סאָפֿיסטיקירט געווער.
איצט וואָלטן געדאַרפֿט די מערבֿ־לענדער מאַכן זייערע אייגענע אויספֿירן מכּוח די באַשלוסן און פּלענער פֿון זייער רוסלענדישן שותּף אין דער G8 — דער קלוב פֿון די גרעסטע אינדוסטריעלע לענדער.