אייראָפּע שרײַט — גוואַלד! וואָס איז? רוסלאַנד און ווײַסרוסלאַנד קאָנען נישט קומען צו אַ הסכּם וועגן די נאַפֿט־פּרײַזן, לײַדן דערפֿון פּוילן, דײַטשלאַנד, סלאָוואַקײַ, טשעכיע און אונגאַרן — די שותּפֿים פֿון דער נאַפֿט־לייטונג "פֿרײַנדשאַפֿט". די דאָזיקע "פֿרײַנדשאַפֿט" האָט זיך נאָך אָנגעהויבן אין די סאָוועטישע צײַטן, ווען דײַטשלאַנד האָט געמיינט, דער מיזרחדיקער טייל, און טשעכאָסלאָוואַקײַ איז נאָך געווען איין מלוכה; שוין אָפּגערעדט, אַז רוסלאַנד און ווײַסרוסלאַנד זײַנען געווען צוויי "ברידערלעכע רעפּובליקן" אינעם גרויסן און מעכטיקן ראַטן־פֿאַרבאַנד.
אויס ראַטן־פֿאַרבאַנד — אויס "פֿרײַנדשאַפֿט", בתוכם די אַמאָליקע "ברידערלעכע" פּרײַזן אויף נאַפֿט. הײַנט שפּילן אויף דער וועלט־אַרענע אַנדערע שפּילער און די כּללים האָבן זיך אויך געביטן. און כאָטש אין מאָסקווע מײַדט מען אויס צו רעדן וועגן דעם רוסלאַנד־ווײַסרוסלאַנד־סיכסוך, ווי וועגן אַ פּאָליטישן ענין, בלויז אַן עקאָנאָמישער, איז פֿונדעסטוועגן, שווער צו דערטרינקען דעם אמת אין אַ פֿעסל נאַפֿט.
שוין עטלעכע יאָר, אַז רוסלאַנד און ווײַסרוסלאַנד פֿירן פֿאַרהאַנדלונגען וועגן שאַפֿן אַ פֿאַראייניקטע מלוכה, אָבער דערווײַל קומט עס נישט דערצו. דער ווײַסרוסישער פּרעזידענט פֿאַרשטייט גאַנץ גוט, אַז צוויי קיסרים אין איין מלוכה קאָנען נישט עקזיסטירן. אָפּטרעטן זײַן דיקטאַטאָרישן טראָן, וויל ער נישט. אין דעם פֿאַל קאָנען זיך אַנטדעקן זאַכן, וואָס נישט לוקאַשענקאָ און נישט זײַן קליקע וואָלטן זיי נישט געקאָנט שטילערהייט אויסמײַדן. ס'איז דאָ אויך אַ צווייטער וואַריאַנט: דעמיסיאָנירן אויפֿן שטייגער פֿון דעם ערשטן רוסלענדישן פּרעזידענט, באָריס יעלצין; דאָס מיינט, מיט אַלע פֿאַרזיכערונג־פּריווילעגיעס, אַז קיינער וועט אים און זײַן משפּחה נישט טשעפּען. ווי עס זעט אָבער אויס, קומט, אַפּנים, צו אַזאַ לייזונג אויך נישט.
וואָס שייך דעם איצטיקן רוסלענדישן פּרעזידענט, וולאַדימיר פּוטין, איז אים געוויס דער גאַנצער זשום אַרום אָפּשטעלן די נאַפֿט־לייטונג "פֿרײַנדשאַפֿט", נישט זייער צום האַרצן. צוריק גערעדט, פֿאַלט דאָך דער גאַנצער "גוואַלד", קודם־כּל, אויף לוקאַשענקאָס קאָפּ. ער איז דער דיקטאַטאָר, און צו אים האָט אַמעריקע און אייראָפּע שוין לאַנג טענות. קיין איין פּלעביסציט אין ווײַסרוסלאַנד וועלן די מערבֿ־לענדער נישט אָנערקענען, כּל־זמן בײַ דער מאַכט געפֿינט זיך לוקאַשענקאָ. אין דעם מאָמענט פֿאָרט אַרויס אויף אַ ווײַסן פֿערד דער רוסלענדישער פּרעזידענט.
אויב דער פּלאַן צו פֿאַראייניקן רוסלאַנד מיט ווײַסרוסלאַנד וועט זיך אײַנגעבן, קאָן פּוטין, וואָס זײַן פּרעזידענטשאַפֿט גייט אויס אין יאָר 2008, פֿאַרבלײַבן אויף זײַן פּאָסטן ווײַטער, שוין ווי דער נײַער פּרעזידענט פֿון אַ פֿאַראייניקטער מדינה. פֿאַר אַ סך לײַט אין דער רעגירנדיקער עליטע פֿון מאָסקווע וואָלט עס געווען אַ גלענצנדיקע לייזונג; עס וואָלט פֿאַרפֿעסטיקט די מאַכט אין פּוטינס הענט און פֿאַרזיכערט, אַז דאָס צווישן זיי צעטיילטע אייגנטום, וועט קיינער נישט פּרוּוון אָפּצונעמען און עס צעטיילן אויף ס'נײַ. דערצו וואָלט די "פֿרײַוויליקע איבערקערעניש" פֿאָרגעקומען אויף אַ געזעצלעכן אופֿן פֿאַר די אויגן פֿון דער דעמאָקראַטישער וועלט.
אָבער דערווײַל איז דער מצבֿ אַזאַ: רוסלאַנד האָט ווידער אַרויסגעוויזן, אַז די קראַנטן פֿון דער גאַז־נאַפֿט־לייטונג געפֿינען זיך אין אירע הענט; ווײַסרולאַנד מוז פּטור ווערן פֿון איר דיקטאַטאָר און בעסער מיט אייגענע מיטלען. דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד דאַרף זוכן נײַע קוואַלן צו פֿאַרזיכערן זײַן נאָרמאַלע ענערגיע־עקזיסטענץ — שוין הײַנט, נישט מאָרגן.
געווער האָט אַ טבֿע צו שיסן
רוסלאַנדס געווער ווערט אַלץ מער פֿאַרשפּרייט איבערן מיטעלן מיזרח. לויט די לעצטע אויספֿאָרשונגען, קערט רוסלאַנד זיך אום איר אַמאָליקן שם פֿון זײַן דער גרעסטער ליפֿעראַנט פֿון וואָפֿן אין דעם ראַיאָן.
לעצטנס, האָט מאָסקווע געשלאָסן אַן אָפּמאַך מיט אַלזשיר צוצושטעלן איר וואָפֿן אויף 7.5 מיליאַרד דאָלאַר. לויט דעם קאָנטראַקט, וועט אַלזשיר באַקומען פֿאַר איר אַרמיי די סאָפֿיסטיקירטע עראָפּלאַנען, ראַקעטן־קאָמפּלעקסן און אַנדערע מינים געווער.
ווי מיר ווייסן שוין, האָט רוסלאַנד אונטערגעשריבן ענלעכע קאָנטראַקטן מיט איראַן און סיריע. וואָפֿן־האַנדל צווישן די מלוכות איז נישט קיין פֿאַרווערט געשעפֿט; מיר ווייסן אָבער פֿון דער לעצטער לבֿנון־מלחמה, אַז דאָס געווער האָט אַ טבֿע זיך צו "צעקריכן", און אַרײַנפֿאַלן אין טעראָריסטישע הענט. מעגלעך דערפֿאַר קלײַבט זיך וואַשינגטאָן אײַנצופֿירן סאַנקציעס קעגן דרײַ גרויסע רוסלענדישע קאָמפּאַניעס, וואָס פּראָדוצירן און האַנדלען מיט געווער, בפֿרט מיט סיריע און איראַן.