דער אויסערן־מיניסטעריום פֿון ישׂראל האָט אָנגעהויבן אַ פֿאַרשפּרייטע קאַמפּאַניע קעגן די עקסטרעמיסטישע מעשׂים פֿון איראַן בכלל, און דעם איראַנישן פּרעזידענט, אַכמאַדינעדזשאַד בפֿרט. לויט די ידיעות, וואָס קומען פֿונעם אויסערן־מיניסטעריום, איז די הויפּט־אויפֿגאַבע נישט בלויז צו שאַפֿן אין דער וועלט אַ פֿאַראייניקטן פֿראָנט צו קעמפֿן קעגן דער נוקלעאַרער סכּנה פֿון איראַן, נאָר אויך זיך דערשלאָגן צו אַ מישפּט איבער דעם איראַנישן פּרעזידענט פֿאַר זײַנע אַנטיסעמיטישע און אַנטי־ישׂראלדיקע אויפֿטריטן; פֿאַר די פֿאַרברעכנס, וואָס ער האָט אויסגעפֿירט נאָך פֿאַר דעם, ווי ער איז געוואָרן פּרעזידענט.
די אָנקלאָגן קאָנען צוגעשטעלט ווערן סײַ צום אינטערנאַציאָנאַלן געריכט און סײַ צום קרימינעלן אינטערנאַציאָנאַלן געריכט, אָבער... ישׂראל גופֿא קאָן עס נישט טאָן, ווײַל די ישׂראל־רעגירונג אָנערקענט נישט די יוריסדיקציע פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער אינסטיטוציע, וואָס האָט פֿאַראורטיילט ישׂראל פֿאַרן אויפֿשטעלן די "זיכערהייט־צוים".
פֿאַר זײַן ציל — און מעגלעך, שוין ווי אַ הויפּט־סלאָגאַן בײַ זײַן "געיעג" אין די קומענדיקע וואַלן — האָט דער פֿאָרזיצער פֿון "ליכּוד", בנימין נתּניהו, אַרויסגעשטעלט די טעמע פֿון דער איראַנישער נוקלעאַרער פּראָגראַם. "מיר האָבן דרײַ יאָר — טויזנט טעג — ביז דעם מאָמענט, ווען איראַן וועט שאַפֿן אַן אַטאָם־באָמבע" — האָט ער געמאָלדן בעת זײַן אויפֿטריט אינעם בר־אילן־אוניוועסטיטעט אָנהייב חודש.
סוף יאַנואַר קלײַבט זיך דער ראָש פֿון דער כּנסת־אָפּאָזיציע קיין לאָנדאָן, צו רעדן דאָרט פֿאַרן ענגלישן פּאַרלאַמענט. זײַן הויפּט־אויפֿגאַבע וועט זײַן איבערצוצײַגן די בריטישע געזעצגעבער אַרויסצורוקן קעגן אַכמאַדינעדזשאַדן די באַשולדיקונג אין אַ העצע צו גענאָציד.
נאָך פֿריִער האָט נתּניהו גערעדט פֿאַר אַ מחנה פֿון זיבעציק אויסלענדישע אַמבאַסאַדאָרן, וווּ ער האָט שאַרף קריטיקירט דווקא די ישׂראל־רעגירונג, הלמאי מע נעמט נישט אָן קיין גענוג שטאַרקע מיטלען צו מישפּטן דעם איראַנישן פּרעזידענט.
אַן אַנדער געוועזענער פֿאָרשטייער אין דער "יו־ען", דור גאָלד, האָט אין זײַן אינטערוויו פֿאַר דער צײַטונג "Jerusalem Post" באַטאָנט, אַז אַ צענדליק אויסלענדישע דיפּלאָמאַטישע אַנשטאַלטן האָבן שוין באַקומען אַ פּעקל דאָקומענטן, וווּ עס ווערן אויסגערעכנט די באַשולדיקונגען אויפֿן אַדרעס פֿונעם איראַנישן פּרעזידענט.
ווי מיר ווייסן, האָט דער פּרעמיער אָלמערט, בעת זײַן באַזוכן כינע, געפּרוּווט איבערצוצײַגן די כינעזישע פֿירערשאַפֿט איבערצוקוקן אירע באַציִונגען מיט איראַן. וואָס זשע האָט ער דערגרייכט? די קאָמוניסטישע רעגירונג איז אָפּגעקומען מיט אַ פּאַרעווע ענטפֿער, אַז טעהעראַן האָט פֿולע רעכט צו אַנטוויקלען איר פֿרידלעכע נוקלעאַרע פּראָגראַם; אַז איראַן טראַכט נישט צו שאַפֿן אַן אַטאָם־באָמבע.
אָלמערט האָט אַפֿילו געשאַפֿן אַ באַזונדער מיניסטעריום פֿון "סטראַטעגישער פּלאַנירונג", אין שפּיץ מיטן מיניסטער אַבֿיגדור ליבערמאַן, וואָס גיט זיך, קודם־כּל, אָפּ מיט דער אַנטי־איראַנישער סכּנה...
דאָס נישט בלויז שרײַען "געוואַלד" — סײַ פֿון דער איצטיקער ישׂראל־רעגירונג און סײַ פֿון דער אָפּאָזיציע — נאָר אויך אָננעמען קאָנקרעטע פּראַקטישע שריט, איז טאַקע זייער אַ ממשותדיקע אַקציע. זי טראָגט אין זיך, ווייניקסטן, צוויי וויכטיקע אַספּעקטן: זי ווײַזט דער וועלט, אַז מדינת־ישׂראל איז געשאַפֿן געוואָרן נישט אַזוי ווי אַ פּועל־יוצא פֿונעם חורבן, נאָר ווי אַ פֿאַרטיידיקער פֿונעם גאַנצן ייִדישן פֿאָלק, פֿון זײַן ווײַטערדיקער עקזיסטענץ. איצט איז דאָ ווער עס זאָל סײַ אָפּשרײַען די גזירה און סײַ עס טאָן בפּועל־ממש.
און דער צווייטער אַספּעקט: ישׂראל און דאָס גאַנצע ייִדישע פֿאָלק איז ווידער דער ערשטער קרבן אויפֿן וועגן צו אַן אַל־מענטשלעכער קאַטאַסטראָפֿע; ווידער וואָרנט דער ייִדישער שופֿר, אַז דער שׂונא איז בײַ דעם טויער; אַז נאָר מיט פֿאַראייניקטע כּוחות קאָן מען דעם שׂונא דערשטיקן, כּל־זמן ס'איז נאָך נישט שפּעט...
צי וועלן די אומות־העולם זיך וועלן צוהערן צו דעם ייִדישן רוף? צי וועלן נישט נעמען די אויבערהאַנט די זעלבע ענגנאַציאָנאַלע און אייגננוציקע אינטערעסן, ווי דעמאָלט פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, ווען די שיף St. Louis מיט 937 פּאַסאַזשירן, ס'רובֿ דײַטשישע ייִדן, איז אַרויס פֿון האַמבורג אין 1939 און קיין לאַנד האָט דאָס קליינע הייפֿל ייִדן נישט געוואָלט געבן קיין מקום־מיקלט.
דאָס געשפּענסט פֿון דער שיף St. Louis האָט זיך ווידער בולט באַוויזן אויפֿן האָריזאָנט...