‫פֿון רעדאַקציע

דער הויפּט־קאָמאַנדיר פֿון דער לבֿנונישער אַרמיי האָט דינסטיק געוואָרנט די רעגירונג, אַז די טאָג־טעגלעכע דעמאָנסטראַציעס און פּאָגראָמען אין ביירוט, קאָנען ברענגען צו דעם, אַז די סיטואַציע וועט זיך נישט לאָזן קאָנטראָלירן.

אין די טעג פֿון דער מלחמה צווישן ישׂראל און "כעזבאָלאַ", האָט די לבֿנונישע דעמאָקראַטישע רעגירונג, בראָש מיטן פּרעמיער פֿואַד אַס־סיניאָראַ, געאַרבעט מעשׂים, אַז ישׂראל זאָל אָפּשטעלן אירע אַטאַקן אויף די "כעזבאָלאַ"־באַנדעס. אַ ממשותדיקע שטיצע אינעם אָפּשטעלן ישׂראל האָט סיניאָראַ באַקומען פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד און באַזונדערס, פֿון פֿראַנקרײַך.

ווי באַקאַנט, האָט ישׂראל נאָכגעגעבן דעם דרוק פֿון מערבֿ און זיך צוריקגעצויגן פֿון דרום־לבֿנון. אויף דעם שטח האָט זיך פֿאַרשפּרייט דאָס "יוניפֿיל"־מיליטער, און עס איז ווידער געוואָרן שטיל.

שטיל? די געשיכטע דערווײַזט, אַז יעדעס מאָל, ווען ישׂראל דערפֿירט נישט ביזן סוף אירע מיליטערישע אַקציעס, צוליב דער אַרײַנמישונג פֿון דער אַזוי גערופֿענער "וועלט־געזעלשאַפֿט", קומט עס שפּעטער אויס באָקעם. קיין אויסנאַם איז נישט געווען אויך מיטן "לבֿנונער איבערשלאָג".

שייך נאַסראַלאַ, דער פֿירער פֿון "כעזבאָלאָ", באַגײַסטערט פֿון זײַן "נצחון" איבער דעם ציוניסטישן שׂונא, און געשטיצט פֿון זײַנע אָנהענגער פֿון אינעווייניק און פֿון דרויסן, האָט זיך פֿאַרמאָסטן אַראָפּצוּוואַרפֿן די עקזיסטירנדיקע דעמאָקראַטישע רעגירונג און זיך שטעלן בראָש דער נײַער רעגירונג.

נאַסראַלאַ איז צו קלוג נישט צו פֿאַרשטיין, אַז אויב עס וועט זיך פֿונאַנדערפֿלאַקערן אַ נײַער בירגער־קריג, וועט ער, סוף־כּל־סוף, ווערן באַשולדיקט אין אונטערצינדן דעם פֿײַער. דערצו וואָלט אים מער געלוינט צו באַקומען די מאַכט אָן בלוטפֿאַרגיסונג. דערווײַל לאָזט זיך סיניאָראַ נישט שפּײַען אין פּנים, ער זוכט און דערוואַרט אַ שטיצע פֿון זײַנע נעכטיקע שטיצער פֿון מערבֿ. אָבער די דאָזיקע שטיצער, גרויסע אָנהענגער פֿון דעמאָקראַטיע, זײַנען, נעבעך, פֿאַרטאָן אין זייערע אייגענע דאגות.

די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָבן אין דער צײַט געביטן זייער באַציִונג צו סיריע, דער גרעסטער שׂונא פֿון דעם איצטיקן אַנטי־סירישן מיניסטאָרן־קאַבינעט אין לבֿנון. אַמעריקע קוקט איצט אַליין אַרויס אויף סיריעס הסכּמה איר אַרויסצוהעלפֿן לייזן די איראַקער־פּראָבלעם; מאַכט זיך וואַשינגטאָן נישט־הערנדיק צו דער איצטיקער קלאָגערײַ פֿון פּרעמיער סיניאָראַ. נאָך נישט לאַנג צוריק האָט דער גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון דער "יו־ען", קאָפֿי אַנאַן, גערופֿן די "יוניפֿיל"־טיילן אַקטיוו זיך קעגנצושטעלן דעם געווער־שמוגל פֿון סיריע קיין לבֿנון, אָבער איצט, בעת דער מצבֿ ווערט מיט יעדן טאָג אַלץ מער סכּנותדיק, האַלטן זיך די שלום־טרעגער וואָס ווײַטער פֿונעם קאָנפֿליקט.

אויב ס'וועט אַזוי אָנגיין ווײַטער, וועלן די מערבֿ־לענדער, בלי־ספֿק, פֿאַרלאָזן לבֿנון. וואָס דאַרפֿן די מערבֿ־לענדער, וואָס האָבן געשיקט אַהין זייערער סאָלדאַטן, זיך אַרײַנמישן אין די אינערלעכע ענינים פֿון לבֿנון? פֿון דער אַנדערער זײַט, וואָלט פּרעמיער סיניאָראַ בפֿירוש יאָ געוואָלט זיי זאָלן אים אַרויסהעלפֿן פּטור צו ווערן פֿון נאַסראַלאַ.

וואָס זשע באַקומט זיך? דער ישׂראל־רעגירונג האָט מען געשטערט צו מאַכן אַ סוף צו "כעזבאָלאַ", אויס מורא, אַז די לבֿנונער דעמאָקראַטישע רעגירונג וועט דערפֿון לײַדן. איצט, ווען דער מאַכט אין לבֿנון דראָט אַ ממשותדיקע סכּנה איבערגענומען ווערן דורך פֿינצטערע פֿאַנאַטיקער, בראָש מיט שייך נאַסראַלאַ, מאַכט זיך דער מערבֿ נישט־וויסנדיק.

אויב ס'וועט טאַקע אַזוי געשען, און נאַסראַלאַ, געשטיצט פֿון איראַן און סיריע, וועט קומען צו דער מאַכט, וועט זיך אין מיטעלן מיזרח שאַפֿן אַ מעכטיקער געאָפּאָליטישער אַקס — איראַן, סיריע, לבֿנון — וואָס די אַמעריקאַנער דעפֿיניציע "אַקס פֿון בייז", וועט קלינגען ווי אַ קאָמפּלימענט.

פֿאַרשטייט זיך, אַז ווי נאָר די אַמעריקאַנער וועלן פֿאַרלאָזן איראַק, וועט אויך איראַק צושטיין צו דעם אַקס; שוין אָפּגערעדט פֿון "כאַמאַס" און דעם גאַנצן קנויל פֿון פּאַלעסטינער פּראָבלעמען, וואָס פֿונאַנדערפלאָנטערן אים וועט ווידער מוזן ישׂראל. די נבֿואות פֿון געוויסע עקספּערטן, אַז די צווייטע מלחמה אין לבֿנון איז נישט די לעצטע פֿאַר ישׂראל, זעען אויס זייער אמתדיק.