מע רופֿט זיי אין ישׂראל, זײַנען אין שׂדרות כּמעט נישטאָ. סײַדן, בײַם שוץ־מיניסטער עמיר פּרץ, אַ תּושבֿ פֿון דער שטאָט, וואָס באַווײַזט זיך דאָרט, אַגבֿ, זייער זעלטן.
וואָס זשע באַקומט זיך? פֿון יאָר 2001 האָט די ישׂראל־רעגירונג גאָר נישט רעאַגירט אויף דעם, אַז אַ גאַנצע שטאָט ווערט באַשאָסן, ווי אַ שיסברעט פֿאַר די פּאַלעסטינער טעראָריסטן. נישט שרון און נישט אָלמערט האָבן קיין פֿינגער נישט צוגעלייגט צו ראַטעווען די שטאָט פֿון די ראַקעטן־שיסערײַען. וואָס האָבן זיי געקאָנט טאָן? אָפּציעס פֿאַר מעשׂים זײַנען געווען נישט ווייניק, ווי עס באַטאָנען די מיליטער־אַנאַליטיקער: איבערצונעמען דעם קאָנטראָל איבער די ראַיאָנען, פֿון וועלכע עס ווערן אַרויסגעלאָזט די ראַקעטן; צעשטערן די לאַבאָראַטאָריעס, וווּ עס ווערן געמאַכט די "קאַסאַם"־ראַקעטן; עס זײַנען נישט געלאָזט געוואָרן אין גאַנג די עקאָנאָמישע סאַנקציעס אויף די אײַנוווינער פֿון די פּאַלעסטינער שטחים, ווי, למשל, אויפֿהערן דאָס צוצשטעלן עלעקטריע, גאַז... וועלן אייניקע גרויסע הומאַניסטן אויסשרײַען: קאָלעקטיווע שטראָף איז נישט קיין מיטל פֿאַר אַ דעמאָקראַטישער רעגירונג! אָבער דווקא די מערהייט פֿון דער פּאַלעסטינער באַפֿעלקערונג האָט אויף אַ דעמאָקראַטישן אופֿן געבראַכט די טעראָריסטן פֿון "כאַמאַס" צו דער פֿירערשאַפֿט פֿון דער אויטאָנאָמיע, וואָס האָט שטענדיק אַרויסגעשטעלט צווישן די ערשטע אירע אויפֿגאַבעס דאָס אומברענגען פֿונעם ציוניסטישן שכן.
אָבער אויך די ישׂראלים האָבן אַליין אויסגעוויילט די רעגירונג, וואָס זיי האָבן געהאַט נעכטן, בראָש מיט אריאל שרון, און וואָס מע האָט הײַנט, אין שפּיץ מיט אהוד אָלמערט. אומקוקנדיק זיך אויף צוריק, זינט ס‘איז אַראָפּגעפֿאַלן דער ערשטער "קאַסאַם"־ראַקעט, דעם 16טן אַפּריל 2001, זײַנען אין פֿאַרלויף פֿון דער צײַט אָנגענומען געוואָרן אַזעלכע גורלדיקע באַשלוסן, מצד די צוויי שכנותדיקע רעגירונגען, אַז אַנדערש, ווי "מכּות־טיפּשות", איז זיי שווער אָנצורופֿן. אָבער געפֿאַלן זײַנען די "מכּות" דווקא אויף די קעפּ פֿון זייערע פֿעלקער.
הײַנט איז שׂדרות ווידער אַרויף אויף די ערשטע שפּאַלטן פֿון די צײַטונגען; ווידער געוואָרן אַ "סענסאַציע"! עס חידושט אָבער, אַז געשען איז עס נישט אַזוי צוליב דער טראַגעדיע פֿון שׂדרות גופֿא, נאָר צוליב דעם וואָס אַרויסהעלפֿן די אומגליקלעכע אײַנוווינער האָט זיך אונטערגענומען דער ביליאָנער אַרקאַדי גײַדאַמאַק. פּונקט ווי בעת דער לעצטער מלחמה מיט "כעזבאָלאַ" האָט ער אַרויסגעפֿירט און אײַנגעאָרדנט אויף זײַן אייגענעם חשבון טויזנטער אײַנוווינער פֿון די צפֿון־ראַיאָנען, טוט ער עס איצט מיט די אײַנוווינער פֿון שׂדרות. אָלמערטס רעגירונג איז אָבער זייער נישט צופֿרידן מיט זײַן פּריוואַטער איניציאַטיוו. אָלמערט האַלט, אַז מע טאָר נישט אַרויסווײַזן אַ פּאַניק. אַזוי האָט ער אויך געהאַלטן בעת "כעזבאָלאַ" האָט באַשאָסן מיט זײַנע ראַקעטן חיפֿה, נהריה, עכּו... און דערבײַ גאָרנישט ניט געטאָן אַרויסצוהעלפֿן די געליטענע.
וואָס אַרט דאָ אָלמערטס רעגירונג מער — די מעשׂים פֿון גײַדאַמאַקן, אָדער דער זכות, וואָס ער האָט פֿאַרדינט בײַ דער געזעלשאַפֿט פֿאַר זײַנע מעשׂים?..
די קינדער אין שׂדרות ווייסן גוט, פֿאַרוואָס דאַרף אַ שנעק טראָגן אויף זײַן רוקן אַ מושל? ווײַל דאָרט קען ער — איינס־צוויי — זיך באַהאַלטן פֿון די "קאַסאַם"־ראַקעטן.