דער וועג פֿון קאָנפֿראָנטאַציע מיטן מערבֿ, וואָס רוסלאַנד איז לעצטנס אַרויף אויף אים, ווערט שטאָציקער.
די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט זיך עס בולט אַרויסגעוויזן דורך עטלעכע זאַכן: פּוטינס דערקלערונג, אַז רוסלאַנד גייט אַרויס פֿונעם "אָפּמאַך וועגן אָרדינערע וואָפֿנס"; דער סיכסוך מיט ענגלאַנד צוליב לוגאָוואָי, וואָס לאָנדאָן באַשולדיקט אים אין דערמאָרדן דעם רוסיש־ענגלישן בירגער ליטווינענקאָ;
דאָס נישט מסכּים זײַן מיטן באַשלוס פֿון דער "יו־ען" מכּוח דעם סטאַטוס פֿון קאָסאָוואָ (שוין דער דריטער פּראָיעקט).
פֿאַר וואָס קומט אַזוי פֿאָר? די דאָזיקע פֿראַגע שטעלן סײַ די פּאָליטיקער און סײַ די פּאָליטישע אַנאַליטיקער. אַוודאי, נאָכן פֿאַרלירן דעם גלײַכגעוויכט אין דער וועלט־פּאָליטיק און נאָך די איבער צען יאָר פֿון זוכן דעם באַלאַנס־פּונקט אין דער אינערלעכער פּאָליטיק, האָט רוסלאַנד (קודם־כּל, אַ דאַנק די הויכע פּרײַזן אויף נאַפֿט), זיך צוביסלעך געשטעלט אויף די פֿיס און אַרויסגעקראָכן פֿון דער הפֿקרותדיקער עקאָנאָמישער לאַגע, אין וועלכער דאָס לאַנד האָט זיך געפֿונען נאָכן קראַך פֿון דער סאָוועטישער אימפּעריע און בעת יעלצינס ממשלה. וולאַדימיר פּוטין, אַ דערצויגלינג פֿון אַ דיסציפּלינאַרן רעזשים און שטרענגער סובאָרדינאַציע, האָט אין משך פֿון די לעצטע זיבן יאָר אײַנגעשטעלט אַזאַ אָרדענונג אין זײַן לאַנד, צו וועלכער ער און זײַן פֿאָלק זײַנען געוווינט.
רוסלאַנד האָט אויך פֿריִער געדראָט אַרויסצוגיין פֿון דעם "אָפּמאַך", ווײַל נישט "נאַטאָ", נישט אַמעריקע און נישט די אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער האָבן אים, נאָך אַ ריי ענדערונגען, אָנגענומען אין 1999 — ביז הײַנט נישט ראַטיפֿיצירט. וואָס איז די סיבה? רוסלאַנד האָט געדאַרפֿט, לויט די דאָזיקע ענדערונגען, אַרויספֿירן איר מיליטער פֿון גרוזיע און מאָלדאָווע. רוסלאַנד טענהט, אַז זי האָט עס געטאָן, אָבער אַמעריקע און די אַנדערע מיטגלידער פֿון "נאַטאָ" האַלטן נישט אַזוי.
פֿאַרשטייט זיך, אַז נאָך דעם ווי בושס אַדמיניסטראַציע האָט באַשלאָסן אײַנצושטעלן אין פּוילן און טשעכיע עלעמענטן פֿון דער קעגן־ראַקעטן־סיסטעם, ווי אַ שוץ קעגן אַ מעגלעכן אַטאַק מצד איראַן, האָט רוסלאַנד, וואָס איז קעגן אַזאַ "לײַבלעכער נאָענטשאַפֿט" מיט אַמעריקע בכלל און מיט די אייראָפּעיִשע לענדער בפֿרט, פֿאָרגעלייגט אירע אייגענע וואַריאַנטן פֿון פֿאַרטיידיקן זיך קעגן דעם פּאָטענציאַל־נוקלעאַרן איסלאַמישן טעהעראַן, הגם רוסלאַנד גופֿא גלייבט נישט, אַז איראַן איז מסוגל צו שאַפֿן אַזאַ געווער אין דער נאָענטער צוקונפֿט. איצט, נאָכן פֿאַרלאָזן דעם "אָפּמאַך" האָט רוסלאַנד זיך צעבונדן די הענט: זי קאָן פֿרײַ דיסלאָצירן אירע טאַנקען און אַנדערע געווערן דאָרט, וווּ זי האַלט עס פֿאַר נייטיק — אויף אירע מערבֿדיקע גרענעצן און אויף דרום־קאַווקאַז. זי קאָן דורכפֿירן מיליטערישע געניטונגען פֿון אַזאַ פֿאַרנעם, ווי זי האַלט פֿאַר נייטיק, ווי אויך לאָזן אין גאַנג איר מיליטערישע אַמביציעס.
צוריק גערעדט, האָבן אַלע באַטיילקטע אין דעם "אָפּמאַך וועגן אָרדינערע וואָפֿנס" זיך ביז אַהער ווייניק אויף אים אומגעקוקט. וואָס שייך רוסלאַנד, איז דער מיליטער־בודזשעט דאָרט סײַ ווי זייער געשטיגן: זינט 1999 מער ווי דרײַ מאָל אַזוי פֿיל.
איז ווידער: פֿאַר וואָס זשע שטעלט זיך אַזוי פּוטין אויף די פֿיסלעך? ער זאָגט דאָך אַליין, אַז אויפֿן דריטן טערמין ווי אַ פּרעזידענט בלײַבט ער נישט. זאָגן זאָגט ער עס טאַקע, אָבער אָנצוהערן גיט ער פֿאָרט, אַז ווער עס זאָל פֿאָרמעל נישט זײַן דער פּרעזידענט, וועט ער סײַ בלײַבן אויבנאָן. אויף ייִדיש געטײַטשט, מיינט עס: זײַט מיר נאָך נישט געזונט, איך גיי נאָך נישט אַוועק!
הײַנט קאָן מען הערן פֿון די פּאָליטישע אַנאַליטיקער, אַז רוסלאַנד "שרעקט מיט פּוסטע סטראַשונקעס", אָבער דערבײַ גיט מען צו: "אָבער מע דאַרף אויף זיי רעאַגירן פֿאָרזיכטיק". ווי עס זאָל נישט זײַן, ווייסט פּוטין, אַז דאָס שפּילן אויף נאַציאָנאַלע געפֿילן און הוראַ־פּאַטריאָטיזם, איז אַן אומפֿאַרשפּיליקע לאָטעריע. ס‘איז גוט פֿאַר זײַנע אָנהענגער אין דעם רוסישן פּאַרלאַמענט, עס איז גוט פֿאַר די פּרעזידענט־קאַנדידאַטן, וואָס ער וועט זיי רעקאָמענדירן, עס איז גוט פֿאַר אים גופֿא, ווײַל ביז די נײַע וואַלן איז נאָך דאָ גענוג צײַט. דערווײַל דאַרף ער ווײַזן זײַנע אָנהענגער און קעגנער סײַ אין לאַנד און אין אויסלאַנד, ווער עס איז אין רוסלאַנד דער באַלעבאָס.