די וועלט האָט שוין ווידער וועגן וואָס צו זאָרגן: וואָס טוט מען מיט די צוויי טעריטאָריעס אין דער געוועזענער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמער געגנט, וואָס האָט זיך צעשפּאָלטן אויף צוויי אַדמיניסטראַטיווע טיילן, בראָש מיט "פֿאַטאַך" און "כאַמאַס"? און אויב ביז אַהער האָבן די צענדליקער פּלענער־פּרימאָטשקעס געהאָלפֿן ווי אַ טויטן באַנקעס, האָבן די פּאָליטיקער — די וועלט־רופֿאים, סײַ פֿון מערבֿ און סײַ פֿון מיזרח, זיך געלאָזט איצט ווײַטער אויסצוטראַכטן נײַע "רפֿואות" און "סגולות" פֿאַר די פּאַלעסטינער. אַלע זײַנען אַזוי פֿאַרכאַפּט מיט דער דאָזיקער קרענק, אַז מ‘האָט כּמעט אין גאַנצן פֿאַרגעסן נאָך איין צד — די אַזוי גערופֿענע ישׂראל־אַראַבער, דאָס הייסט, בירגער פֿון ישׂראל פֿונעם אַראַבישן אָפּשטאַם.
האָבן זיי אַליין אויסגעאַרבעט זייער אייגענעם פּלאַן, ווי אַזוי מיטצולעבן מיט די ייִדן אויף איין שטח.
עס גייט דאָ די רייד וועגן אַ ריי "דעקלאַראַציעס", וואָס זײַנען פֿאַרעפֿנטלעכט געווען אין נאָמען פֿון פֿאַרשידענע אָרגאַניזאַציעס פֿון די ישׂראל־אַראַבער. נישט לאַנג צוריק איז דערשינען גאָר אַ פֿרישער קאָלעקטיווער דאָקומענט, צונויפֿגעשטעלט פֿון די אַראַבישע אַקאַדעמיקער און וואָס טראָגט דעם נאָמען "חיפֿהר דעקלאַראַציע".
אויפֿן וועבזײַטל "מיגניוס" האָבן מיר אָפּגעזוכט אייניקע פּונקטן פֿון דער דאָזיקער דעקלאַראַציע, פֿאָרמולירט אויף דער שפּיצן־קאָנפֿערענץ אין חיפֿה פֿון דעם צענטער "מדע על־כּרמל" — אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס ווערט פֿינאַנצירט פֿון די פֿאָנדן בײַם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד. אָנגענומען איז געוואָרן די דאָזיקע דעקלאַראַציע פּונקט דעם 15 מײַ, אינעם יאָרטאָג פֿון ישראלס אומאָפּהענגיקייט, אָדער ווי די פּאַלעסטינער רופֿן אים — "נאַקבאַ", וואָס מיינט, "קאַטאַסטראָפֿע".
אין דער הקדמה פֿון דער "דעקלאַראַציע" ווײַזן די אַקאַדעמיקער אָן: "מיט דעם דאָקומענט ווילן מיר אַרויסווײַזן אונדזער אויפֿנעמען די געשיכטע, אונדזער קאָנצעפּציע פֿון אַ בירגערלעכער געזעלשאַפֿט און אונדזער באַציִונג צום איבעריקן טייל פֿונעם פּאַלעסטינער פֿאָלק, צו דער אַראַבישער נאַציע און צו ישׂראל. מיר ווילן דערציילן וועגן אונדזער טרוים צו שאַפֿן אַ ווירדיקע מדינה, אין וועלכער עס איז דאָ אָרט פֿאַר פֿרײַהייט, גלײַכהייט און אָפּשײַ צווישן די אַראַבער און ייִדן".
מיר האָבן אַרײַנגעקוקט אינעם וועבזײַטל "מיגניוס" און זיך באַקענט מיט אייניקע פּרטים, אָדער פּונקטן פֿון דער מערקווירדיקער דעקלאַראַציע, וואָס, לויט דער מיינונג פֿון אירע באַשאַפֿער, וועט זי ברענגען ביידע פֿעלקער צו אַ שלום.
שוין אינעם ערשטן פּונקט ווערט באַטאָנט, אַז די ישׂראל־אַראַבער זײַנען אַ טייל פֿונעם פּאַלעסטינער פֿאָלק און דער אַראַבישער נאַציע. פֿאַרוואָס טאַקע נישט?! אָבער שויין ווײַטער, אינעם צווייטן פּונקט, ווערט באַלד דערקלערט, אַז ישׂראל איז דאָס היימלאַנד פֿון די אַראַבער־פּאַלעסטינער, און גראָד זיי זײַנען אויף דער ערד די פֿולע באַלעבאַטים.
לאָמיר קוקן ווײַטער: אינעם דריטן פּונקט ווערט די ציוניסטישע באַוועגונג דעפֿינירט ווי אַ "קאָלאָניאַלע באַוועגונג". דערבײַ גיבן די אַקאַדעמיקער צו, אַז אינעם 19טן יאָרהונדערט האָבן "די ציוניסטן אָנגעהויבן אָקופּירן און באַזעצן די פּאַלעסטינער ערד, און דערמיט געפּרוּווט צו פֿאַרוואַנדלען די אַראַבישע מלוכה אין אַ ייִדישער."
וואָס מיינט עס? זייער פּשוט, אַז די ייִדן האָבן אויף דער ערד קיין מאָל נישט געלעבט, און זיי האָבן נישט קיין שום רעכט דאָ צו לעבן.
אינעם פֿערטן פּונקט ווערן די ציוניסטן באַשולדיקט אין דער פּאַלעסטינער "קאַטאַסטראָפֿע", ווײַל זיי האָבן אין 1948 אַרויסגעטריבן אַלע אַראַבער און זיי פֿאַרוואַנדלט אין אייביקע פּליטים. סטײַטש, וועט איר פֿרעגן, שוין זשע זײַנען נישט די אַראַבער אָנגעפֿאַלן אויף דער קוים־דעקלאַרירטער ייִדישער מדינה, כּדי זי אומצוברענגען אין אירע ערשטע שעהען?! זעט אויס, אַז די חשובֿע אַקאַדעמיקער האָבן עס, אַפּנים, נישט געלערנט אין זייערע אוניווערסיטעטן.
ווײַטער — נאָך מער אַנטדעקונגען: די ייִדן אין די תּפֿוצות האָבן קיין שום שײַכות נישט צו ארץ־ישׂראל; דעריבער קומט אויס, אַז "חוק־השבֿות" איז נישט מער ווי אַן אויסטראַכטעניש פֿון די ציוניסטן.
די "חיפֿהר דעקלאַראַציע" האָט נאָך אַנדערע פֿײַנע פּונקטן, ס‘איז אָבער שוין קלאָר פֿון די אויבן דערמאָנטע, וואָס עס מיינען די ישׂראל־אַראַבער, ווען זיי רעדן וועגן "פֿרײַהייט, גלײַכהייט און אָפּשײַ צווישן די אַראַבער און ייִדן".
אַזוי אַז, כּל־זמן די וועלט־גדולים טראַכטן וועגן דעם סטאַטוט פֿון די צוויי פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַטיווע טיילן, זײַנען שוין די ישׂראל־אַראַבער גרייט צו שאַפֿן אַ דריטע פּאַלעסטינער מלוכה — אַנשטאָט דער איצטיקער מדינת־ישׂראל.