בײַ נאַכט, פֿון 12טן אויפֿן 13טן יאַנואַר 1948, איז אין דער שטאָט מינסק, ווײַסרוסלאַנד, דערמאָרדעט געוואָרן שלמה מיכאָעלס. אין יענע ווײַטע קאַלטע טעג, מיט 60 יאָר צוריק, האָט מען בפֿירוש נישט געדאַרפֿט צוגעבן און אָנרופֿן די אַלע טיטלען, באַלוינונגען און פֿאַרדינסטן פֿון דעם סאָוועטישן בירגער שלמה מיכאָעלס, וואָס די קאָמוניסטישע מאַכט האָט אים צוגעטיילט — מע זאָל וויסן ווער דער דאָזיקער ייִד איז. אָבער איין זאַך — די אָנערקענונג פֿון דער מאַכט, און גאָר אַן אַנדער זאַך — די ליבע און אָנערקענונג פֿון פֿאָלק, פֿון די סאָוועטישע ייִדן, וואָס האָבן געהערט צו פֿאַרשידענע געזעלשאַפֿטלעכע שיכטן און אָפּשטאַמונגען; זײַן נאָמען האָט געדונערט אויף דער ייִדישער גאַס איבער לענדער און קאָנטינענטן פּראָסט און פּשוט — שלמה מיכאָעלס. און ס‘איז נישט קיין גוזמא...
הײַנט וואָלטן מיר אַזאַ געשטאַלט ווי מיכאָעלס, אָנגערופֿן אַ כאַריזמאַטישע פּערזענלעכקייט. ער האָט געטראָגן אין זיך דעם זעלטענעם כּוח און חן צוצוציִען צו זיך מענטשן — סײַ ווי אַ פּשוטער בן־אָדם, סײַ ווי אַן אַקטיאָר, סײַ ווי אַ געזעלשאַפֿטלעכער טוער, סײַ ווי אַ פֿרײַנד און סײַ ווי אַ שׂונא. די אַלע אָנגערופֿענע און אַ סך נישט דערמאָנטע שטריכן פֿון זײַן נאַטור ווערן פֿאַראייניקט און פֿאַראייביקט דורך דער גרעסטער אפֿשר מעלה זײַנער — אויפֿריכטיקייט. אין אַלע זײַנע אָפּגעשפּילטע ראָלעס, באַציִונגען מיט מענטשן, באַגעגענישן און רעדעס איז ער פֿאַרגעדענקט געוואָרן, מצד זײַנע מיטצײַטלער, ווי אַ בעל־מידה. ערלעך, זאָגט מען, איז שווערלעך, בפֿרט אין יענע סכּנותדיקע צײַטן און בײַ יענעם שליחות, וואָס איז אויסגעפֿאַלן אויף זײַן גורל.
די סאָוועטישע מאַכט האָט געשאַפֿן נישט ווייניק לעגענדאַרע העלדן און סימבאָלן. זי האָט זיי באַשאָנקען מיט אויסגעצייכנטע, אויסגעשליפֿענע און אויסגעשמידטע ביאָגראַפֿיעס און טאַטן. זייערע פּראָפֿילן פֿלעגן זיך דערקענען פֿונעם ערשטן בליק און באַלד אַרויסרופֿן די זעלבע פֿאַרשטעמפּלטע אַסאָציאַציעס, אַרײַנגעקלאַפּט אין קאָפּ יעדן בירגער פֿון קליינערהייט אָן. אײַ, ווי גיך און לײַכט האָבן זיך די גראַניט־אויסגעפֿורעמטע און פֿאַרשטיינערטע געשטאַלטן צעשאָטן נאָכן ערשטן צוריר צו זיי פֿון אמת.
שלמה מיכאָעלס און זײַן בולט־אויסגעדריקטער "יודישער פּראָפֿיל" איז אויך געוואָרן אַ סימבאָל, וואָס ס‘האָט אויסגעקריצט אויף די לוחות פֿון זייער שטילן קאַמף קעגן דעם מלוכישן אַנטיסעמיטיזם די סאָוועטישע ייִדישע אינטעליגענץ פֿון די 60ער יאָרן. ס‘רובֿ פֿון די מענטשן האָבן קוים געקענט אַ צענדליק פֿאַרשפּרייטע ווערטער אויף ייִדיש. ייִדיש אַליין איז פֿאַר זיי געווען און געבליבן בלויז אַ שפּראַך פֿון שטעטל, פֿון זייער ווייניק־גראַמאָטנע באָבע־זיידעס, וואָס האָבן גערעדט אַ שלעכטן רוסיש. זיי האָבן מער געהאַלטן פֿון ייִדן, וואָס האָבן געלאָזט אַ טיפֿן שפּור אין דער רוסישער ליטעראַטור און קולטור, ווי עס פּאַסט פֿאַר אַלע אַסימילאַטאָרן.
זיי האָבן געוואָלט זען אין דער געשטאַלט פֿון מיכאָעלסן, קודם־כּל, אַ קרבן פֿונעם סאָוועטישן רעזשים; אַפֿילו נישט שלום־עליכמס טבֿיה (שוין אָפּגערעדט פֿון בערגעלסאָנס "טויבער"). ס‘האָט זיי צוגעצויגן צו זײַן געשטאַלט דאָס שעקספּיריש טראַגישע פֿון קיניג ליר. אין דער פּערזענלעכער טראַגעדיע פֿון קיניג ליר האָבן זיי דערזען די אַלגעמיינע טראַגעדיע פֿון סאָוועטישן פֿאָלק. צי קאָן מען עס פֿאַרגלײַכן מיט די איבערלעבענישן פֿון עפּעס אַ קליינשטעטלדיקן ייִד, זאָל ער אַפֿילו זײַן דאָס געוויסן פֿון זײַן פֿאָלק? און ווי עס טרעפֿט אָפֿט מיט דערהויבענע סימבאָלן פֿון צײַט און פֿאָלק, האָט אויך דער נאָמען און געשטאַלט פֿון מיכאָעלסן נישט אויסגעמיטן דעם גורל אויסגעניצט צו ווערן אין פּאָליטישע מאַניפּולאַציעס. זעלטן ווען איז דער נאָמען מיכאָעלס דערמאָנט געוואָרן ווי אַ געניאַלער ייִדישער שוישפּילער און קולטור־טוער, סײַדן אין די שמאָל־געשלאָסענע קרײַזלעך פֿון דער ייִדישיסטישער דעסידענטשאַפֿט.
און עס פֿאַרדריסט אַוודאי, וואָס דווקא אין ישׂראל, וווּהין עס האָט סוף־כּל־סוף איבערגעוואַנדערט כּמעט דער גרעסטער טייל פֿונעם געוועזענעם סאָוועטישן ייִדנטום, ווערט הײַנט זעלטן ווען דערמאָנט דער נאָמען שלמה מיכאָעלס, ווי אַ ממשותדיקער טייל פֿון דעם אוצר, וואָס די ייִדישע ליטעראַטור און קולטור אין ראַטן־פֿארבאַנד האָט געשאַפֿן. וואָס זשע בלײַבט אונדז צו זאָגן? זײַן מיטצײַטלער, דער גרויסער ייִדישער פּאָעט פּרץ מאַרקיש, האָט עס שוין געזאָגט מיט 60 יאָר צוריק, שטייענדיק בײַם אָרון פֿון ש. מיכאָעלס: "שעם זיך ניט מיט דײַן געלעסטערטקייט און מיט דײַן פּײַן,/ — זאָל די אייביקייט זיך שעמען!"