‫פֿון רעדאַקציע

דער שטרײַק פֿון סצענאַר-שרײַבער קען אָט-אָט פּאַראַליזירן די גאַנצע ריזיקע אינדוסטריע פֿון אַמעריקאַנער זייף-אָפּערעס. איר קענט זיך פֿאָרשטעלן דעם אומגליק? ניט נאָר די ווערטער וועלן בלײַבן ניט אָנגעשריבן, אָבער מע וועט אויך איבערלאָזן דאָס גאַנצע לאַנד אָן די קאָמאַנדעס, ווען מע דאַרף לאַכן. און אין די גאָר "ערנסטע" סעריעס — וואָס וועלן טאָן און דברן די שיינהייטן אויף הויכע אָפּצאַסן? אין אַזעלכע שיך און מיט אָפֿענע דעקאַלטעען איז, אַ פּנים, גרינגער צו שיסן און, בכלל, כאַפּן גזלנים.

אָבער לאָמיר רעדן ערנסט: פֿאַרן מצבֿ פֿון דער געזעלשאַפֿט איז דער שטרײַק גאָר ניט אַזוי שעדלעך ווי צו בלײַבן טאַקע אָן די מינים זייף, וואָס מע נוצן בײַם וואַשן די הענט. אַזוי, אַז קראַנקער וועט עס דעם ברייטן עולם ניט מאַכן. פֿאַרקערט — אפֿשר וועט עס אָפּרײַסן דעם המון פֿון די טעלעוויזיע-עקראַנען און אַרויספֿירן אויף אַ שפּאַציר, און מע וועט אַראָפּוואַרפּן פֿון זיך אַ ביסל פֿעטס. אַ דריטל אַמעריקאַנער געהערן דאָך צו דער קאַטעגאָריע פֿון גראָבע לײַט (די רייד גייט וועגן זייער וואָג, ניט וועגן זייער איידלקייט). גיי זוך אויס נאָך אַ לאַנד מיט אַזאַ חלק פֿון דיקע מענטשן. אין קאַנאַדע, אַ שטייגער, איז דער דאָזיקער חלק כּמעט אַ העלפֿט דערפֿון.

קאַנאַדע איז, בכלל, אַ שכן פֿון אַן אַנדער זײַט פֿונעם פּלויט, און מע קוקט אַהין אַרײַן די גאַנצע צײַט. ווי עס מאַכט זיך זייער אָפֿט אין אַזעלכע פֿאַלן, פֿאַרדריסט דעם אַמעריקאַנער שכן, טאָמער מע זעט אַז די מאַרגאַריטקעס וואַקסן בעסער און די מאַרציפּאַנעס זײַנען זיסער דווקא אויף דער קאַנאַדער זײַט. ווער קען פֿאַרגעסן די גוטע צײַטן, ווען דער קאַנאַדער דאָלאַר איז געווען אַ צוציק אין פֿאַרגלײַך מיטן אַמעריקאַנער חבֿר צום נאָמען. אָבער איצט איז עס גאָר אַנדערש. איצט זײַנען די כינעזישע צאַצקעס און בגדים ביליקער אין אַמעריקע.

עס פֿאַרדריסט אויך (און אפֿשר נאָך מער), אַז מע לעבט דורכשניטלעך אין קאַנאַדע לענגער איידער אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. ניט אויף קיין סך, אָבער פֿונדעסטוועגן כּמעט אויף דרײַ יאָר.

פֿאַר וואָס זשע לעבן די קאַנאַדער לענגער? צוליב אַ צאָל סיבות. למשל, ווײַל די טבֿע צו שיסן אין לעבעדיקע מענטשן איז פֿאַרשפּרייט דער עיקר אין אַמעריקע, ניט אין קאַנאַדע. ווען מע שיסט, טרעפֿט מען גאַנץ אָפֿט און — אויס זייף-אָפּערעס. אַ סבֿרא, אַז די קולטור פֿון עסן איז אין קאַנאַדע מער פֿאַרשפּרייט, בעת די אַמעריקאַנער קולטור פֿון פֿרעסן איז דאָרטן ווייניקער אין דער מאָדע. ס׳איז אויך ניט אויסגעשלאָסן, אַז די קאַנאַדער האָבן נאָך ניט אין גאַנצן פֿאַרגעסן ווי אַזוי צו קאָכן, און אַז זיי עסן ניט אַזוי פֿיל אויסגעפֿאַרטיקטע מאכלים.

מע דערציילט (ס׳איז אַ מעשׂה-שהיה), אַז די עלטערן האָבן גענומען זייער פֿיר-יאָריק ייִנגל צו גאַסט ערגעץ מחוץ מאַנהעטן, פֿונעם אָרט וווּ די משפּחה וווינט. בײַ די מחוץ-מאַנהעטענער גאַסטגעבערס, האָט די בעל-הבֿיתטע געמאַכט אַ וועטשערע און גערופֿן אַלעמען צום טיש. האָט דאָס ייִנגל, נעבעך, פּשוט ניט געקענט פֿאַרשטיין דעם גאַנצן ענין: אין דער טיר האָט דאָך קיינער ניט געקלונגען, קיין משולח האָט קיין אַכילה פֿון רעסטאָראַן ניט געבראַכט, אָבער דאָס עסן איז געווען אויפֿן טיש.

ס׳איז אַ שלעכטער סימן, ווען מע הייבט אָן צו אָפֿט פֿאַרגלײַכן: "בײַ אונדז" מיט "בײַ זיי". די לעצטע צײַט קומט עס פֿאָר זייער אָפֿט מיט מעדיצין. אין אַזעלכע פֿאַרגלײַכן פֿאַרשפּילט געוויינטלעך די אַמעריקאַנער סיסטעם, בפֿרט אויב מע פֿאַרגלײַכט זי ניט מיט קאָנגאָ און ניט מיט מאָגאָליע, נײַערט מיט קאַנאַדע און אַנדערע אַנטוויקלטע לענדער. איין קלייניקייט! 47 מיליאָן אַמעריקאַנער תּושבֿים האָבן ניט קיין מעדיצינישע פֿאַרזיכערונג. די סיסטעם איז דאָך געמאַכט אַזוי, אַז מע קען זיך רויִק קוקן זייף-אָפּערעס נאָר אויב מע האָט אַ פֿאַרזיכערונג.

מע טענהט, אַז דער הימל איז ניט בײַ דער ערד, ווײַל אַרום 10 פֿון די דאָזיקע 47 מיליאָן נפֿשות זײַנען ניט קיין אַמעריקאַנער בירגער. מע האָט אויך טענות צו אַ סך לײַט, וועלכע קענען זיך דערלויבן אַ פֿאַרזיכערונג, אָבער האָבן זי ניט געקויפֿט. און נאָך עפּעס קאָרעקטיוון טראָגט מען אַרײַן אין דער סטאַטיסטיק.

אָבער אין דעם סאַמע לעצטן סך-הכּל, וועט די געזעלשאַפֿט מוזן זיך בעסער צוקוקן צו דעם וואָס עס קומט פֿאָר הינטער דעם פּלויט —אין קאַנאַדע און אַנדערע לענדער. דער סצענאַר פֿון אַמעריקאַנער מעדיצין רופֿט ניט אַרויס קיין געלעכטער און פֿאָדערט, מע זאָל אים אין גאַנצן איבערשרײַבן.