אַוודאי זײַנען די פּאַרלאַמענט־וואַלן אין רוסלאַנד געווען צווישן די וויכטיקסטע געשעענישן אויפֿן פּאָליטישן קאַלענדאַר פֿון דער פֿאַרגאַנגענער וואָך. קיינער האָט נישט אַרויסגעקוקט אויף קיין נסים. הלוואַי וואָלטן די דאָזיקע וואַלן געווען אַזוי דורכזיכטיק און ערלעך דורכגעפֿירט, ווי עס האָבן זיך קלאָר אָנגעזען די קומענדיקע רעזולטאַטן, מיט זייער גאַנצן שמוץ און שקר.
אָבער נישט דאָס זײַנען מיר אויסן. אין דער אמתן, זײַנען דאָך די וואַלן געווען נישט צווישן די פּאַרטייען; פּאַרטייען זײַנען טאַקע געווען אַ סך, אָבער געמיינט האָט מען נאָר איין פֿירער — דעם איצטיקן פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין. ער האָט זיך געשטעלט בראָש דער גרעסטער פּאַרטיי "געאייניקטע רוסלאַנד", אָבער פּונקט אַזוי וואָלט ער זיך געקאָנט שטעלן בראָש די איבעריקע דרײַ פּאַרטייען (און נישט נאָר זיי), וואָס האָבן גובֿר געווען די "רויטע ליניע" פֿון מינימאַלן פּראָצענט און זײַנען אַרײַן אין דער דומאַ. אַפֿילו די קאָמוניסטישע פּאַרטיי, וואָלט נישט געוואַגט צו זאָגן אַ וואָרט קעגן! עס האָט אָבער פּשוט נישט געפּאַסט — פֿאַר פּוטינען, נישט פֿאַר די קאָמוניסטן, וואָס פֿון זייער בלוט און ביין איז אויפֿגעקומען פּוטיניזם.
דער יסוד פֿון דער טאָטאַליטאַרער "מאָסקווער ווערטיקאַל" וואַקסט אַרויס פֿון אונטער די חורבֿות פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. גלײַך נאָך זײַן קראַך, ווען דער מערבֿ בכלל און אַמעריקע בפֿרט האָבן זיך "אַרײַנגעריסן" אין די ריזיקע רחבֿותן, פֿאַרשפּרייטנדיק אויף שריט און טריט די באַרימטע "דעמאָקראַטישע ווערטן", האָבן אין דער זעלבער צײַט זיך באַוויזן די ערשטע שפּראָצלינגען פֿון פּוטיניזם. ד י דאָזיקע באַשעפֿעניש האָט אויף איר אייגענעם אופֿן אוסגעניצט די שיינע און פּוסטע צוזאָגענישן וועגן אַ פֿרײַ לעבן, וווּ מע קאָן זיך אַרויסזאָגן פֿרײַ און טאָן אַלץ פֿרײַ. און בשעת די אייניקע האָבן גערעדט אָן אַ שיעור וועגן פֿרײַהייט, האָבן די אַנדערע יעניקע געגנבֿעט אַלץ וואָס ס‘האָט זיך פֿרײַ געלאָזט אַרײַנצולייגן אין קעשענע.
דער מערבֿ האָט זיך אויך אין דעם פֿאַל מיט רוסלאַנד פֿאַרלאָזט אויף דעם "מאָדעל", וואָס עס האָבן אויסגעאַרבעט די אַרכיטעקטאָרן פֿון די "עכט־דעמאָקראַטישע טעכנאָלאָגיעס", לויט זייער פֿאַרשטאַנד און וויזיע (פּונקט אַזוי זײַנען קאָנסטרויִרט געוואָרן "מאָדעלן" פֿאַר איראַק, אַפֿגאַניסטאַן, איראַן, ישׂראל־פּאַלעסטינער צוקונפֿט וכּדומה). ווי ווײַט די מאָדעלן זײַנען פֿאַרווירקלעכט געוואָרן, קאָן מען זען פֿון די באַריכטן, וואָס שפּיגלען אָפּ דאָס הײַנטיקע לעבן אין די אָנגערופֿענע לענדער. יעדנפֿאַלס, דער וועג פֿון רוסלאַנד, בפֿרט אין די לעצטע אַכט יאָר, קאָן דינען ווי אַ גוטער בײַשפּיל דערפֿון.
פּוטיניזם נעמט אָן כּוח און שטעלט זיך אויף די פֿעסטע פֿיס נישט נאָר צוליב די הויכע פּרײַזן אויף נאַפֿט; ער האָט אויסגעשפּײַזט אַ מיליאָניקע מחנה יונגע לײַט, וועלכע רופֿן זיך "נאַשי" — "אונדזעריקע", און וואָס זײַנען גרייט מיט פּוטינס נאָמען גיין אין וואַסער און אין פֿײַער.
דער הויפּט־אָנשפּאַר פֿון אַ סך טאָטאַליטאַרע רעזשימען איז דער יונגער דור — דער מאָרגן פֿונעם לאַנד. די יונגע קעפּ לאָזן זיך גרינגער צו ווערן פֿאַרפֿירט. זיי דאַרפֿן נאָר האָבן אַ גוטן פּאַסטעך. אַזאַ יוגנט, דערצויגן אויף נאַיִוו־פֿאַנאַטישער געטרײַשאַפֿט צום פֿירער און אויף פּאַטריאָטיזם, איז אין די 1930ער יאָרן אויסגעכאָוועט געוואָרן סײַ אין סטאַלינס ראַטן־פֿאַרבאַנד און סײַ אין היטלערס דײַטשלאַנד.
אויף פּוטינס "נאַשיסטן" ליגט דער זעלבער שטעמפּל. זיי זעען שוין אין פּוטינס געשטאַלט נישט קיין לעבעדיקן מענטשן, נאָר אַ געצל; אַ צייכן־פֿיגור, וואָס זײַן פּראָפֿיל קוקט אַרויס פֿון די מיליאָנען העמדלעך, אָנגעטאָן בעת זייערע פּאַראַדן און שטיץ־דעמאָנסטראַציעס, פּונקט ווי די אָפּגעשטעמפּלטע פּאָרטרעטן פֿון טשע געוואַראַ, אָדער דזשאָן לענאָן...
פּוטינס מאָרגן, ווי אַ נאַציאָנאַלער סימבאָל פֿון רוסלאַנד, איז פֿאַרזיכערט, אויב אַפֿילו ער וועט הייסן נישט פּרעזידענט, נאָר אַנדערש.
וואָס זשע דאַרף טאָן די מערבֿ־וועלט? און וואָס האָט געטאָן די מערבֿ־וועלט, ווען אין די דרײַסיקער יאָרן פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט איז געקומען צו דער מאַכט היטלער? ווען אין רוסלאַנד האָט געבושעוועט דער "רויטער טעראָר"? ווען אין כינע (יאָרן שפּעטער) האָט די מאַכט געשיקט טאַנקען קעגן סטודענט, וואָס האָבן געפּרעדיקט די זעלבע "מערבֿדיקע ווערטן"? ווען איראַן דראָט איצט אָפּצוּווישן פֿון דער וועלט־מאַפּע גאַנצע לענדער?...
זעט אויס, אַז דער מערבֿ וועט ווידער קאָנסטרויִרן נײַע "מאָדעלן", ווי אַזוי אַרײַנצוברענגען אין די טאָטאַליטאַרע לענדער די אייביקע דעמאָקראַטישע ווערטן, און דערבײַ אינוועסטירן אין זייער אַנטוויקלונג נײַע מיליאַרדן.