האָבן מיר שוין, הייסט עס, אַ נײַע סדרה, אַ נײַע נוקלעאַרע "זייף־אָפּערע", וווּ דער הויפּט־העלד איז דער קליינער מאָנסטער פֿון צפֿון־קאָרעע, קים טשען איר.
אייגנטלעך, איז די קאָרעיִשע "נוקלעאַרע סדרה" גאָר נישט קיין חידוש אין די לעצטע עטלעכע יאָר. ביז אַהער האָט זי אָבער מער דערמאָנט אַ פּילפּול, אַ פֿאַרפּלאָנטערטן סיכסוך, וווּ ביידע צדדים האָבן געפֿאָדערט זייערס, און איינער דעם אַנדערן נישט געהערט. הײַנט, נאָך דעם ווי צפֿון־קאָרעע האָט אויסגעפּרוּווט איר נוקלעאַרן געווער, איז דער פּילפּול פֿון אַ טעאָרעטישן סיכסוך זיך באַלד פֿאַרוואַנדלט אין אַ פּראַקטישן ענין, מיט אַלע מעגלעכע פֿאָלגן וואָס עס קאָן שאַפֿן די סיטואַציע, ווען אין די הענט פֿון אַ טיראַנישן דיקטאַטאָר פֿאַלט אַרײַן אַזאַ שרעקלעכער וואָפֿן.
דווקא אָט די טייטלעכע סכּנה, וואָס איז "פּלוצעם" אויפֿגעשוווּמען אויף דער אויבערפֿלאַך פֿון דער וועלט־פּאָליטיק, האָט געצוווּנגען די "יו־ען" אָפּצורוקן אַלע אירע אַנדערע פּראָבלעמען אין אַ זײַט און עקסטרע באַהאַנדלען דעם קאָרעיִשן ענין.
וואָס זשע פֿאָדערט איצט די קאָמוניסטישע צפֿון־קאָרעע פֿון דער מערבֿ־וועלט? אייגנטלעך, דאָס זעלבע וואָס פֿריִער — צו באַנײַען די דירעקטע צווייזײַטיקע פֿאַרהאַנדלונגען מיט אַמעריקע (פּוסטער פּילפֿול); אָפּצושאַפֿן די עקאָנאָמישע סאַנקציעס, צו גאַראַנטירן איר די זיכערקייט און פֿאַרגרעסערן די פֿינאַנץ־הילף. מיט איין וואָרט, נעמען זי אויף קעסט און זי אויסהאַלטן אויפֿן בעסטן אופֿן.
די פֿאַראייניקטע שטאַטן, דער צד־שכּנגד, פֿאָדערט אָנצונעמען קעגן צפֿון־קאָרעע די שטרענגסטע עקאָנאָמישע סאַנקציעס, בתוכם אָפּצושטעלן די הומאַניטאַרע הילף, אַ טראַנספּאָרט־בלאָקאַדע און אַ פֿולע באַוואַכונג פֿון די אַמעריקאַנער מיליטער־שיפֿן די קאָרעיִשע ים־ברעגן. הייבט זיך ווידער אָן אַ פּילפּול, אָבער שוין צווישן די דעמאָקראַטישע מערבֿ־לענדער: פֿאַר וואָס מוז צוליב איין דיקטאַטאָר און זײַן קליקע לײַדן דאָס גאַנצע קאָרעיִשע פֿאָלק? ווייניק האָט עס געליטן ביז אַהער — פֿון הונגער, פֿון פּחד אויפֿצוהייבן דעם קאָפּ? אמת! און טאַקע אָט די אַרגומענטן, וואָס מאַכן דעם דעמאָקראַטישן מערבֿ אומבאַהאָלפֿן בנוגע די דיקטאַטאָרישע רעזשימען און ברענגען צו אַ סיכסוך צווישן די אַליִיִרטע — שפּילן אַרײַן אין די הענט פונעם דיקטאַטאָר און מאַכן אים נאָך שטאַרקער אין די אויגן פֿון זײַן אייגן פֿאָלק און אומקאָמפּראָמיסלעך בײַ די פֿאַרהאַנדלונגען מיטן מערבֿ.
דער קליינער מאָנסטער, קים טשען איר, האָט אפֿשר דער ערשטער פֿאַרשטאַנען דעם גרויסן "בלאָף" פֿון די מערבֿ־לענדער, וואָס זײַנען פֿאַרדרייט און פֿאַרפּלאָנטערט געוואָרן אין די געזעצן פֿון צווישן־עקזיסטענץ, וואָס זיי האָבן פֿאַר זיך צוגעטראַכט, אָבער וואָס מע קאָן אַזוי גוט אויסנוצן קעגן יעדן פֿון זיי. די פֿאַראייניקטע שטאַטן איז אַ ריזיקער כּוח פֿאַר זיך אַליין, פּונקט ווי דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד; אָבער אַלע צוזאַמען, בפֿרט נאָך פֿאַראייניקט אונטערן דאַך פֿון דער "יו־ען", זעען זיי אויס אומבאַהאָלפֿן און געפּענטעט מיט טויזנטער שטריק. די איראַנישע נוקלעאַרע "זייף־אָפּערע" האָט עס בולט אַרויסגעוויזן. נישט טעהעראַן האָט מורא פֿאַרן מערבֿ, נאָר דער מערבֿ ווייסט נישט, נעבעך, וואָס צו טאָן מיט איראַן.
דאָס לעבן ווײַזט, אַז קיין שום דיפּלאָמאַטישע וועגן קאָנען נישט ברענגען צו דעם, אַז אַ רעגירונג זאָל מען קאָנען צווינגען זיך אָפּצוזאָגן פֿון אירע נוקלעאַרע אַמביציעס. אָדער מע טוט עס פֿרײַוויליק, ווי עס איז געשען מיט דרום־אַפֿריקע, אוקראַיִנע, קאַזאַכסטאַן, בראַזיל; אָדער ווי עס איז געשען מיט פּאַקיסטאַן און אינדיע, וואָס האָבן אויסגעקליבן זייער וועג, נישט געקוקט אויף דעם אָפּמאַך פֿון נישט־פֿאַרשפּרייטן נוקלעאַר־געווער. ס'איז קיין ספֿק נישט, אַז קיין שום פֿאַרהאַנדלונגען וועלן נישט איבערצײַגן ניט דעם קאָמוניסטישן דיקטאַטאָר אין צפֿון־קאָרעע, ניט דעם איסלאַמיסטישן פֿאַנאַטיקער אין איראַן זיך אָפּצוזאָגן פֿון זייער "גלײַכן וועג".
די אַלע שיטות פֿון סטראַשען, אָדער פֿאַרקערט, צו זוכן כּלומרשדיקע פּשרות, ווי מ'האָט זיך געפֿירט ביז אַהער, שטעלט אַרויס אויף חוזק די דעמאָקראַטישע וועלט און מאַכט נאָך מער חוצפּהדיק און צבֿיעותדיק אירע שׂונאים.
וואָס איז אונדזער מיינונג? זעט אויס, אַז די כּללים פֿון ווערן אָנגענומען אין דעם אַזוי גערופֿענעם נוקלעאַרן קלוב וועלן זיך מוזן ענדערן, און דער טיש אינעם קלוב וועט ווערן אַלץ ברייטער און גרעסער. אַבי ער זאָל נאָר נישט האָבן קיין שאַרפֿע ווינקלען.