דער אַלטער מיין, אַז מיט אַ ייִד איז נישט שווער זיך צונויפֿצורעדן, איז אַקטועל הײַנט אויך; און נישט סתּם מיט אַ ייִד, נאָר מיט אַ ייִדישער רעגירונג. זעט איר דאָך, נאָך דער לעצטער מלחמה אין לבֿנון, פֿאַרמאַכט זיך נישט דער טויער אין ירושלים: אָט איז געווען דער ראָש פֿון דער "יו־ען", קאָפֿי אַנאַן, און אָט איז נאָך אים געקומען סערגיי לאַווראָוו, דער אויסערן־מיניסטער פֿון רוסלאַנד; נישט באַוויזן אַראָפּצונעמען פֿונעם טיש דעם סאַמאָוואַר, ווי מע דאַרף שוין דערלאַנגען ענגלישע טיי מיט מילך — דער פּרעמיער טאָני בלער שטייט שוין אויף דער שוועל.
באַצויבערט דעם אָרטיקן עולם מיט זײַן בריטישן שמייכל, האָט ער זיך אַוועקגעטראָגן ווײַטער צו פֿאַרריכטן זײַן "אימידזש" אינעם מיטעלן מיזרח; אָבער באַלד אויפֿן אַנדערן טאָג, פֿון מיזרח־אייראָפּע, קומט אָן אַן אַנדער חשובֿער גאַסט, דער פּוילישער פּרעזידענט לעך קאַטשינסקי. פֿאַרשטייט זיך, אַז קיין פּיראָגיס האָבן בײַ דער באַגעגעניש נישט אויסגעפֿעלט...
וואָס זשע האָט אַזוי פּלוצעם אַ צי געטאָן די אַלע געסט צום ייִדיש לענדל? צי דען נאָר די ברייטהאַרציקע ייִדישע גאַסטפֿרײַנדלעכקייט?
ווי עס האָט זיך געפֿירט ביז אַהער, אַזוי אויך ווײַטער האַלטן די מלוכישע גדולים, אַז דווקא דער ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט איז דאָס פּאַסיקע רעטונגס־שטרויעלע, וואָס מע קאָן זיך אין דעם אָנכאַפּן. קאָפֿי אַנאַן און טאָני בלער, וואָס האָבן זיך בעתן קאָנפֿליקט געהאַלטן "פּאַרעווע", דאָס הייסט, נישט געפֿאָדערט פֿון ישׂראל אָפּצושטעלן דאָס פֿײַער תּיכּף־ומיד — פֿון איין זײַט, און פֿון דער אַנדערער זײַט, נישט געשטיצט דעם פּלאַן פֿון טאָטאַל פֿאַרניכטן "כעזבאָלאַ" — האָבן פֿאַרלוירן אין די אויגן פֿון דער אַראַבישער וועלט. דאַרף מען, אויב אַזוי, דעם צוטרוי גיך אויפֿשטעלן.
קאָפֿי אַנאַן, וואָס ווייסט גוט, אַז די ייִדן וועלן אים נישט אָפּזאָגן, האָט בעת זײַן באַזוך אויסגעפּועלט בײַ ישׂראל, מע זאָל אַראָפּנעמען די בלאָקאַדע פֿון לבֿנון. וואָס שייך זײַן פֿאָדערונג צום צד־שכּנגד אַרויסצולאָזן די געפֿאַנגענע ישׂראל־סאָלדאַטן, בלײַבט זי דערווײַל אָן אַן ענטפֿער.
טאָני בלער האָט נישט געדאַרפֿט לאַנג צורעדן אָלמערטן, אַז יענער זאָל גיבן זײַן הסכּמה אָנהייבן די פֿאַרהאַנדלונגען מיטן פּאַלעסטינער פּרעזידענט אַבו מאַזען. נאָך מער: בלער האָט בײַ דער באַגעגעניש מיט מאַזען געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז אויב "כאַמאַס" וועט זיך לאָזן הערן און ווייכער מאַכן זײַן צוגאַנג מכּוח ישׂראלס עקזיסטענץ, איז דער מערבֿ גרייט צו פֿאַרמאַכן די אויגן אויף דער "טעראָריסטישער פֿאַרגאַנגענהייט" פֿון "כאַמאַס".
רוסלאַנד האָט ביז אַהער בכלל געהאַלטן, אַז ביידע ראַדיקאַלע אָרגאַניזאַציעס — סײַ "כאַמאַס" און סײַ "כעזבאָלאַ" — מוזן זיך באַטייליקן אינעם פּאָליטישן פּראָצעס אין דעם ראַיאָן.
דאָס איצטיקע שפּילן זיך אין "קוציניו־מוציניו" מיט די עקסטרעמיסטן קומט פֿאָר אויפֿן הינטערגרונט פֿון אַ פֿולן דורכפֿאַל אין די פֿאַרהאַנדלונגען מיט איראַן. טעהעראַן, וואָס שטייט הינטער די "כעזבאָלאַ"־מעשׂים, האָט געוווּנען אויף ביידע פֿראָנטן: סײַ אין דער פּאַרטיזאַנישער מלחמה קעגן ישׂראל און סײַ אין דער אָפֿענער שלאַכט מיטן מערבֿ. איצט זוכט דער מערבֿ אַ וועג, ווי אַזוי צו נעמען רעוואַנש; און אַזוי ווי איראַן איז אויך אַן אַקטיווער שטיצער און ספּאָנסאָר פֿון דעם פּאַלעסטינער "באַפֿרײַונגס־קאַמף", איז דער מערבֿ געקומען צום אויספֿיר: מע דאַרף ווידער זיך אָנכאַפּן פֿאַרן רעטונגס־שטרויעלע — דעם ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט. דאָס אומקערן זיך צו דער פֿרידלעכער "וועגן־מאַפּע", וועט אַרויסשלאָגן דעם מיליטאַנטישן באָדן אונטער איראַנס פֿיס. אַזוי האַלט מען אין אייראָפּע. צי האַלטן מען אַזוי אין ישׂראל? יעדנפֿאַלס, אויב מע האַלט נישט, וועט מען האַלטן — מיט ייִדן איז דאָך נישט שווער זיך צונויפֿצורעדן...
הקיצור, די קעץ אין ישׂראל וואַשן זיך ווײַטער, און דאָס איז אַ סימן, אַז מע דאַרף דערוואַרטן נײַע געסט.