אינעם לעקסיקאָן פֿון דער ישׂראל־געשיכטע, ווערן די מלחמות נומערירט. די צווייטע מלחמה אין לבֿנון איז נאָך איין בײַשפּיל דערפֿון. קיינעם אין ישׂראל איז נישט אײַנגעפֿאַלן אָנצורופֿן זי — די "לעצטע"; ווײַל די ביטערע דערפֿאַרונג ווײַזט, אַז דער וואָרטבאַהעפֿט "לעצטע מלחמה" פּאַסט זיך נישט אַרײַן דערווײַל אין דער ישׂראלדיקער ווירקלעכקייט.
נאָך מער: די צווייטע מלחמה אין לבֿנון האָט געעפֿנט פֿאַר די אַראַבישע לענדער פֿונעם מיטעלן מיזרח אַ נײַע אָפּציע — אַ נצחון נאָך דער מפּלה. אַנדערש גערעדט, מע הייבט אָן קעגן ישׂראל מיליטערישע מעשׂים (עס קאָנען זײַן פּראָוואָקאַטיווע), די ישׂראל־אַרמיי ענטפֿערט אויף זיי, אין דער וועלט ברעכט אויס אַ פּראָטעסט־דונער קעגן די "נישט־אַדעקוואַטע מיליטערישע אַקציעס פֿון ישׂראל", די אינטערנאַציאָנאַלע געזעלשאַפֿט, בראָש מיט דער "יו־ען" זעצן זיך אַרויף אויף דער ישׂראל־רעגירונג, און די ישׂראל־אַרמיי מוז זיך צוריקציִען און אָפּגעבן די פֿאַרכאַפּטע שטחים מיט נאָך אַ ביסל... אַזוי ווערט אַ נצחון פֿון ישׂראל פֿאַרוואַנדלט אין איר מפּלה.
אָט אַזאַ מין סך־הכּל האָט, אַ פּנים, געמאַכט דער סירישער פּרעזידענט באַשאַר אַסאַד, וואָס האַלט לעצטנס אין איין סטראַשען מיט אַ מלחמה קעגן ישׂראל. צי איז עס מעגלעך? די עקספּערטן האַלטן, אַז ס'איז נישט אויסגעשלאָסן. די סירישע מיליטער־פֿירערשאַפֿט טראָגט שוין אין אירע טאַשן אַ פּלאַן פֿון אַ שטורמישן אַטאַק אויף די גולן־הייכן אויפֿן סמך פֿון דער "כעזבאָלאַ"־פּראָוואָקאַציע; עס ווערן געשאַפֿן באַוועגלעכע טעראָריסטישע מאַנשאַפֿטן צו פֿירן פּראָוואָקאַטיווע אַקציעס אויף די גולנען.
אַסאַד, פּונקט ווי אַנדערע דיקטאַטאָרן, זאָרגט זיך נישט, אַז בײַ אַזעלכע טעראָריסטישע אַקציעס וועלן אומקומען אַ סך מענטשן — סײַ פֿון זײַן צד און סײַ פֿון דער צד־שכּנגד. ער איז מער באַזאָרגט מיט זײַן אייגענעם "אימידזש" פֿון אַ שוואַכן, אומאַנטשלאָסענעם פֿירער. ער איז זייער מקנא דעם שייך נאַסראַלאַ, און איז גרייט צו געניסן, כאָטש אַ חלק, פֿון יענעמס כּבֿוד. אין אַזאַ מלחמה, זאָל זי זיך אַפֿילו פֿאַרענדיקן מיט דמשׂקס מפּלה, וועט זי סײַ ווי סײַ ברענגען אַסאַדן אַ נצחון. ערשטנס, די וועלט וועט נישט דערלאָזן, אַז ישׂראל זאָל פֿאַרכאַפּן דמשׂק (ווי ס'איז שוין געווען, בעת דער זעקס־טאָגיקער מלחמה), אָבער אַסאַד וועט דעמאָלט אויסזען ווי אַ העלד, וואָס האָט זיך קעגנגעשטעלט די ציוניסטן.
און ווידער: באַשאַר אַסאַד האָט איצט פֿאַר די אויגן אַ גוטן בײַשפּיל — דער פּרעמיער פֿון לבֿנון, פֿואַד סעניאָראַ. ער פֿירט זיך באמת ווי אַ זיגער, און ווערט נישט מיד צו דערמאָנען דער וועלט אין די "באַרבאַרישע באָמבאַרדירונגען" פֿון ישׂראל — פֿון איין זײַט, און פֿון דער אַנדערער זײַט — צו פֿאָדערן הומאַניטאַרע הילף און אינוועסטיציעס. ביירוט איז אויך נישט קעגן, ווי אַ פֿאַרגיטיקונג, צו באַקומען דעם שטח פֿון דער פֿאַרם שעבאַאַ. דער ספּיקער פֿונעם לבֿנונישן פּאַרלאַמענט, נאַביך בערי, האָט נישט לאַנג צוריק געמאָלדן, אַז "כעזבאָלאַ" איז נישט פֿויל ווידער צו נעמען דאָס געווער אין די הענט, אויב ישׂראל וועט אַליין נישט אומקערן די פֿאַרם שעבאַאַ.
אויך סיריע וואָלט נישט געווען קעגן אָפּצוכאַפּן די דאָזיקע שעבאַאַ־פֿאַרם, אָבער איצט לוינט נישט אַסאַדן זיך צו פֿאַרפֿירן מיט לבֿנון, וואָס די גאַנצע וועלט האָט אויף איר גרויס רחמנות. אַסאַדן אַרט מער דער גורל פֿון די גולן־הייכן. ווי עס האַלטן די זעלבע עקספּערטן, קאָן סיריע באַקומען שטיצע פֿון איראַן. אויב ס'איז ווייניק, וועט אַסאַד פּראָבירן צו שאַפֿן אַ מין אַראַבישן "שוץ־פֿראָנט", בתוכם מיט סאַודיע און עגיפּטן. ווי ס'האָט אַרויסגעוויזן די צווייטע לבֿנון־מלחמה, האַלטן זיך די ביידע לענדער זייער פֿאָרזיכטיק מכּוח אַ קאָאַליציע, אָבער פֿאַראורטיילן ישׂראל אין אַגרעסיווע מעשׂים — מיט דער ברייטער האַנט!
די אומזיכערע טריט פֿון דער ישׂראלדיקער מיליטער־פֿירערשאַפֿט אין דער מלחמה האָט צוגעגעבן מוט און קוראַזש די "נייטראַלע" אַראַבישע לענדער. און נאָך איין אויספֿיר איז געמאַכט געוואָרן מצד די ישׂראל־שכנים: ישׂראל האָט טאַקע אַ שטאַרקע אַרמיי און אַ סאָפֿיסטיצירטע אויסשטאַטונג, אָבער אירע שטעט און ייִשובֿים מיט דער גאַנצער ציווילער באַפֿעלקערונג זײַנען אומבאַהאָלפֿן קעגן די "קאַטיושעס", "סקאַדן" און אַנדערע ראַקעטן. סיריע, אַגבֿ, האָט אין איר אַרסענאַל עטלעכע הונדערט אַזעלכע "סקאַדן" און עטלעכע הונדערט באַליסטישע ראַקעטן.
די איצטיקע ישׂראל־רעגירונג נעמט זיך אָבער נישט איבער מיט אַסאַדס סטראַשונקעס. אפֿשר שטעקט אין דעם אויך די סיבה, הלמאַי די צאָל מלחמות אין ישׂראל וואַקסט און קיין סוף דערצו זעט מען נישט.