‫פֿון רעדאַקציע

מיר וועלן הײַנט נישט רעדן וועגן פּאָליטיק, עקאָנאָמיע, סאָציאַל־קולטורעלן לעבן פֿון אונדזער געזעלשאַפֿט בכלל און דער ייִדישער — בפֿרט; מיר וועלן קוים דערמאָנען די ישׂראל־פּראָבלעמען און דעם אַנטיסעמיטיזם, וואָס האַלט נאָך אַלץ הויך די פֿאָן איבער דער פֿעסטונג פֿון מענטשלעכן האַס און קסענאָפֿאָביע. מיר וועלן נישט אָנרירן אַנדערע הײַנטיקע פּראָבלעמען, וועלכע זײַנען, אין תּוך גערעדט, טיף אײַנגעוואָרצלט אין דער געשיכטע... מיט דעם דאָזיקן נומער פֿון "פֿאָרווערטס" באַצייכענען מיר אונדזער 115טן יאָרגאַנג...
כּמעט אין יעדן נומער פֿון הײַנטיקן "פֿאָרווערטס" קאָן מען געפֿינען אַ פֿאַרבינדונג מיט אונדזער נעכטן, צי עס איז אַן אַרטיקל, צי אַ מחבר, צי אַ געשעעניש; און ווי קאָן דען זײַן אַנדערש? דעם "פֿאָרווערטס", וואָס איז געבוירן געוואָרן בײַם אויסגאַנג פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, איז דאָך ווי אָנגעזאָגט געוואָרן צו זײַן אַ כראָניקער פֿון די קומענדיקע 100 יאָר פֿון דער וועלט. וואָס איז דאָס געווען פֿאַר אַ יאָרהונדערט? וועגן דעם קאָן מען זיך טאַקע דערוויסן — טאָג בײַ טאָג און יאָר בײַ יאָר — פֿון די "פֿאָרווערטס"־אײַנבינדן.
אין דער ספּעציעלער בײַלאַגע לכּבֿוד דעם 115טן געבוירן־טאָג פֿון "פֿאָרווערטס", האָבן מיר געפּרוּווט צו געבן אונדזער הײַנטיקן לייענער צו פֿאַרזוכן אויפֿן שפּיץ־מעסער, בלויז אַ לעק און אַ שמעק פֿון דעם אײַנגעשטאַנענעם געדיכטן מאכל, וואָס הייסט, ייִדישע זשורנאַליסטיק. איר וועט זיך דערוויסן, ווי אַזוי דער פּראָלעטאַרישער פּאָעט מאָריס ראָזענפֿעלד האָט זיך אָפּגערופֿן אויף דער קאַטאַסטראָפֿע פֿון "טיטאַניק", וואָס די טעג דערמאָנען מיר דעם 100סטן יאָרצײַט נאָך זײַן אומקום.
דער שרײַבער משה גראָסמאַן פֿון ישׂראל, האָט באַשריבן די נײַע י. ל. פּרץ־גאַס אין תּל־אָבֿיבֿ, וואָס איז ממש אין יענע ווײַטע טעג אַזוי אָנגערופֿן געוואָרן; און וואָס מיינט עס פֿאַר אַ ייִדישן מענטש — "פּרץ־גאַס"? דער אַרטיקל איז אָפּגעליגן אינעם "פֿאָרווערטס"־אַרכיוו צענדליקער יאָרן צווישן די פֿילצאָליקע מאַטעריאַלן, וואָס די רעדאַקציע האָט נישט אָנגענומען צום דרוק. פֿאַר וואָס? ווער קאָן הײַנט ענטפֿערן; וויכטיק איז, אַז הײַנט קאָן דער לייענער דערפֿילן דעם גאַנג פֿון צײַט, מיט אירע אַלע פּרטים.
צו די "אַרויסגעשלעפּטע" פֿון דער פֿאַרגעסנהייט מאַנוסקריפּטן, וואָס זײַנען פֿאַרבליבן באַהאַלטן פֿונעם לייענערס אויג, געהערט אויך דער אויסצוג פֿון יוסף רומשינסקיס ראָמאַן "די אַקטריסע און איר טאָכטער, אָדער דער דריטער דור". ווי קומט דער באַקאַנטער ייִדישער קאָמפּאָזיטאָר צו "שונד"־ראָמאַנען? מיר האָבן נישט געזוכט קיין ענטפֿער אויף דער פֿראַגע, אָבער דער אינטערעס צו אַזאַ מין סאָרט פּראָדוקציע האָט אויך געהאַט אַן אָרט אויף די שפּאַלטן פֿונעם "פֿאָרווערטס".
אַ היסטאָרישע געשעעניש פֿאַר דער ייִדישער ליטעראַטור בכלל און פֿאַרן "פֿאָרווערטס" בפֿרט איז געוואָרן דאָס צוטיילן דעם נאָבעל־פּרײַז צו יצחק באַשעוויס־זינגערן (1978). צו יענער צײַט האָט ער שוין געהאַט אָפּגעאַרבעט אין דער צײַטונג 43 יאָר. אין יענע טעג האָט די רעדאַקציע אַרויסגעלאָזט אַ ספּעציעלע בײַלאַגע, געווידמעט דעם נאָבעל־געווינער. אין אונדזער בײַלאַגע וועט איר געפֿינען אַן עסיי פֿונעם באַקאַנטן זשורנאַליסט און שרײַבער מ. צאַנין, וואָס האָט לאַנגע יאָרן מיטגעאַרבעט אינעם "פֿאָרווערטס" און זיך געחבֿרט מיטן שרײַבער.
מיט אַ הײַנטיקן בליק זעען און שאַצן אָפּ די שוין פֿאַרגעסענע טעג אונדזערע מיטאַרבעטער גענאַדי עסטרײַך און שׂרה־רחל שעכטער. די וועלט פֿון חסידות און די וועלט פֿון פֿרויען־רעכט — וואָס איז הײַנט אַנדערש, און ווי ווײַט זײַנען מיר אַוועק פֿון די נעכטיקע סטערעאָטיפּן?
ווער געדענקט הײַנט דעם נאָמען אַהרן קאַרלין? סײַדן, די פּעדאַנטישע אַקאַדעמיקער, וואָס פֿאָרשן די ייִדישע ליטעראַטור אין אַמעריקע. אַ באַשיידענער מענטש און אַ געטרײַער דינער פֿאַרן ייִדישן ליטעראַרישן וואָרט, האָט ער רעדאַקטירט און אַרויסגעלאָזט דעם זשורנאַל "די פֿעדער". נישט איין יונגער דיכטער האָט דערזען זײַנע לידער אין דער דאָזיקער פּובליקאַציע, וואָס פֿלעגט דערשײַנען צווישן די יאָרן 1919 און 1953; אָבער אַלע האָבן אים פֿאַרגעסן, ווי מ’האָט פֿאַרגעסן דעם ערשטן ליטעראַרישן "דאַך", אונטער וועלכן מ’האָט צום ערשטן מאָל צעשפּרייט די יונגע פֿליגלען. דער בריוו איז אויך קיין מאָל נישט געווען געדרוקט, און זאָל כאָטש איצט דערהערט ווערן דאָס שוואַכע קול פֿון אונדזער פֿאַרגעסענעם פּען־חבֿר ז"ל.
מיר זײַנען זיכער, אַז די פֿריילעכע און שאַרפֿזיניקע קאַריקאַטורן וועלן אויך צוגעבן, אָן ווערטער, צו דעם גײַסט און צו די אַקטואַליעס פֿון דער צײַט...
אַ קיצור, אָן זשום און רעש, פֿאַרבעטן מיר די געסט, אונדזער לייענערשאַפֿט פֿון אַן ערך 30 לענדער איבער דער וועלט, צום יום־טובֿדיקן ווירטועלן טיש (דערלעבט, דאַנקען גאָט, צו אַזאַ זאַך אויך!), און לאָמיר אַלע אין איינעם טרינקען אַ ביסל ווירטועלן יין־המשומר, פֿאַרבײַסן מיטן ווירטועלן שור־הבורישן "סטייק" און אַ שטיקל געפֿילטע פֿיש פֿון לוויתן; און אויב מיר האַלטן שוין בײַ משיחס צײַטן, איז טאַקע נישטאָ וואָס צו זינדיקן, אַבי געזונט!