|
גלעד שליט קומט דינסטיק אַהיים צו זײַן משפּחה אינעם ייִשובֿ מצפּה־הילה, ישׂראל |
Credit: IDF |
דאָס וואָס די וואָך איז פֿאָרגעקומען אין מיטעלן מיזרח האָט צוגעצויגן דעם אויפֿמערק פֿון אַלע עקזיסטירנדיקע מעדיאַ־מיטלען איבער דער וועלט. אַוודאי, זעט עס יעדער פֿון זײַן אייגענעם קוקווינקל און שאַצט עס אָפּ אויף זײַן אייגענעם אופֿן. אָבער דער פֿאַקט אַליין, אַז אויף איין געפֿאַנגענעם סאָלדאַט האָט אַ מלוכה אויסגעביטן 1027 אַרעסטאַנטן, וואָס ס’רובֿ פֿון זיי זײַנען פֿאַרביסענע מערדער, האָט געמאַכט אַ רושם אויף אַלע. אַ פֿאַקט פֿון אַ תּנ״כישן פֿאַרנעם.
מיר האָבן זיך געוואָנדן צו פֿאַרשידענע ייִדישע פּערזענלעכקייטן מיט אַ ביטע זיך אַרויסצוזאָגן, וואָס מיינען זיי וועגן דעם "שליט־אויסטויש".
קודם־כּל, האָבן מיר אָנגעקלונגען קיין ישׂראל, צו דער דיכטערין רבֿקה באַסמאַן בן־חיים. אַליין על־פּי־נס געבליבן לעבן נאָכן חורבן, ווייסט זי גוט דעם פּרײַז פֿון זײַן יאָרן־לאַנג פֿאַרשפּאַרט בײַם בלוטיקן שׂונא. זי האָט שטיל געזאָגט: "איך האָב אַ געפֿיל, אַז איך אַליין בין אויך באַפֿרײַט געוואָרן. באמת, אַ זעלטענע מינוט, לאָמיר האָפֿן, אַז מע וועט נישט דאַרפֿן ווידער איבערלעבן אַזעלכע זאַכן..."
יונתן ברענט (עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿונעם ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט, פֿאָרשער, ניו־יאָרק): "עס פֿרייט מיך, אַז ער איז צוריק אַ לעבעדיקער, און איך האַלט דעם אָטעם, וואַרטנדיק צו זען, ווי דאָס וועט זיך אויסשפּילן אין דער אַראַבישער וועלט".
דוד גאַי (הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון דער רוסישער צײַטונג "וו נאָוואָם סוועטיע" — "אין דער נײַער וועלט", שרײַבער, ניו־יאָרק): "די פֿראַגע איז נישט צו דערליידיקן, ווײַל אין איר שטויסן זיך צונויף מאָראַלישע ווערטן: צו ראַטעווען אַ מענטש, פֿון איין זײַט, און פֿון דער צווייטער — אַרויסלאָזן אויף דער פֿרײַ מערדער, וועלכע האָבן דערהרגעט 599 ישׂראלים. די "כאַמאַסניקעס" וועלן דאָך אײַנפֿירן איצט אַן עכטן געיעג נאָך ייִדן. ס’איז וויכטיק, אַז די ישׂראל־רעגירונג זאָל איבערקוקן די איצטיקע דאָקטרין, וועלכע פֿאָדערט צו באַפֿרײַען יעדן געפֿאַנגענעם. אַוודאי, דאַרף מען שטרעבן עס צו טאָן, נאָר נישט פֿאַר יעדן פּרײַז."
איתן פֿינקעלשטיין (שרײַבער, דײַטשלאַנד): "איך זע אין דעם אויסטויש צוויי אַספּעקטן. דער ערשטער — אַ מענטשלעכער. איך בין גליקלעך, וואָס די צרות האָבן זיך בײַ דעם בחור פֿאַרענדיקט. אַזאַ איידעלער, אָבער אויסגעהאַלטן אַזעלכע שרעקלעכע נסיונות — געלויבט זאָל ער זײַן! וואָס שייך די באַפֿרײַטע טעראָריסטן? איז עס דאָך סתּם מיסט! טויזנט, צוויי, דרײַ — קיין אונטערשייד איז ניטאָ, בפֿרט אַז פֿרײַהייט מיינט פֿאַר ס’רובֿ פֿון זיי — טויט.
"דער צווייטער אַספּעקט — אַ פּאָליטישער. כּמעט אין אַלע קליינע און גרעסערע מלחמות פֿלעגט ישׂראל פֿאַרשפּילן לגבי די אַראַבער — פּאָליטיש און פּראָפּאַגאַנדיסטיש. אין דעם פֿאַל האָט ישׂראל געוווּנען. דער אויסטויש דאַרף זײַן אַ לימוד פֿאַרן פּאַלעסטינער מנהיג אַבו מאַזען, וואָס ישׂראל האָט אין אים געזען אַ מעסיקן פֿירער פֿון די פּאַלעסטינער. אָבער ער, מיט זײַן לעצטער ווענדונג אין דער ׳יו־ען׳ האָט צעשטערט דעם צוטרוי פֿון ישׂראל צו אים און צו זײַן אַדמיניסטראַציע."
שמואל־לייזער וואָליץ (ייִדיש־פּראָפֿעסאָר, אוניווערסיטעט פֿון טעקסאַס): "איך בין גליקלעך פֿאַר זײַן משפּחה, און עס באַווײַזט, אַז ישׂראל האַלט זיך בײַ די ייִדישע מענטשלעכע ווערטן פֿון דער העכסטער מדרגה. אָבער זײַן באַפֿרײַונג, אין פֿאַרגלײַך מיט אַ טויזנט אַראַבער, וועלכע האָבן דערהרגעט אָדער שווער פֿאַרוווּנדיקט אַנדערע ייִדן, איז אפֿשר, סטראַטעגיש גערעדט, נישט געווען דער קליגסטער אײַנפֿאַל. דעם געפּלאַנטן אויסבײַט האָט מען באַשלאָסן צו טאָן איצט, ווײַל ביידע זײַטן האַלטן, אַז זיי קענען עפּעס געווינען דיפּלאָמאַטיש. צי מאַכט דער איין־זײַטיקער אויסטויש אַ רושם אויף די אַראַבער? איך צווייפֿל אין דעם. מיר, ייִדן, זענען פֿאַר זיי אומלעגאַל, ווי אַן אומאָפּהענגיק פֿאָלק און אַ פּאָליטישע מלוכה. זיי האַלטן, אַז מיר זענען "טריף", און דערפֿאַר האָט דער אויסטויש קיין שום ווערט ניט אין זייערע אויגן. איך בין נישט צופֿרידן מיטן אויסטויש; לויט אונדזער עטיק, איז עס טאַקע געווען אַ ריכטיקער באַשלוס, אָבער אַ מלוכה דאַרף רעגירן נישט לויט דער עטיק, נאָר לויט "רעאַלפּאָליטיק". אַז מע פֿאַרבײַט די צוויי באַגריפֿן, קען דאָס ווערן מיט דער צײַט אַ סכּנה".
הרבֿ אַבֿי ווײַס, ניו־יאָרק: "גלעד שליט קומט אַהיים. איז עס אַ צײַט צו זײַן גליקלעך אָדער אויפֿגעבראַכט?
"דער מוח זאָגט, אַז דאָס איז אַ שרעקלעכער אָפּמאַך. דער אומגלײַכער אויסבײַט קאָן גורם זײַן נאָך מער טעראָריזם, מער ישׂראלדיקע טויטפֿאַלן.
"דאָס האַרץ פֿילט עס אָבער אַנדערש. הײַנט איז גלעד שליט נישט בלויז אַ סאָלדאַט. ער איז דער ישׂראלדיקער "אומבאַקאַנטער סאָלדאַט", טאַקע צוליב דעם וואָס ער איז אַזוי גוט־באַקאַנט. גלעדס בילד, וואָס מע האָט פּובליקירט גלײַך נאָך זײַן פֿאַרכאַפּונג און וואָס ווײַזט זײַן ייִנגלשן אויסזען, זײַנע געדיכט־טונקעלע ברילן און דעם סאָלדאַטסקע מונדיר, וואָס זעט אויף אים אויס צו גרויס — דאָס בילד וועט אייביק בלײַבן בײַ אונדז אין האַרץ. ס׳איז געווען אַ בילד פֿון אומשולדיקייט, וועלכע האָט געמוזט צו גיך אויסוואַקסן אין די הענט פֿון ברוטאַלע מענער און פֿרויען. זײַן אימאַזש זעט מען אויף די רעקלאַמע־טאָוולען איבער דער וועלט. זײַן נאָמען איז אויף די ליפּן פֿון פּרעמיערן און פּרעזידענטן. הײַנט איז גלעד נישט בלויז דער זון פֿון אַבֿיבֿה און נועם, נאָר דער זון פֿון אונדז אַלעמען.
"דאָס מאָל האָט דאָס האַרץ געוווּנען איבערן מוח. אָבער די זאָרגן פֿונעם מוח מוזן ווײַטער בלײַבן וואַך. דאָס איז נישט קיין מאָמענט פֿון עקסטאַז. ס׳איז גיכער ענלעך צו דעם מאָמענט אונטער דער חופּה, ווען מיר פּראַווען פֿרייד און גליק, אָבער גלײַכצײַטיק צעברעכן מיר אַ גלאָז, און מיר טוען עס, כּדי צו געדענקען די קרבנות און זייערע משפּחות, וואָס זייערע לעבנס זענען אויף אייביק צעשמעטערט געוואָרן."