די אויספֿרעגן ווײַזן, אַז אין פּוילן בײַט זיך די באַציִונג צו ייִדן צום בעסערן, כאָטש קיין ראַדיקאַלע ענדערונגען זעט מען דערווײַל ניט. צוריק גערעדט, וווּ בײַט זיך די באַציִונג באמת ראַדיקאַל? למשל, צווישן די עקסטרעם-רעכטע, שאָוויניסטישע לײַט און עקסטרעם-לינקע אַנטי-ציוניסטן אין אַ סך לענדער זײַנען ביזן הײַנטיקן טאָג נאָך אַלץ פֿאַראַן אַזעלכע, וואָס טענהן, אַז די טעראָריסטישע אַקציע דעם 9טן סעפּטעמבער 2001 איז געווען אַ פּועל-יוצא פֿון אַ ייִדישער קאָנספּיראַציע — אָפּגעטאָן האָבן עס, כּלומרשט, אַגענטן פֿון "מוסד", כּדי שטאַרקער צו מאַכן די פּראָ-ישׂראלדיקע שטימונגען. ס’איז גאָר ניט אויסגעשלאָסן, אַז חסידים פֿון אָט דער ווילדער קאָנספּיראַציע-טעאָריע זײַנען געווען אויך צווישן דער כאָפּטע עקסטרעמיסטן, וועלכע האָבן דעם 2טן סעפּטעמבער געמאַכט אַ שרײַענדיקע דעמאָנסטראַציע בשעת דעם לאָנדאָנער קאָנצערט פֿון דעם ישׂראלדיקן פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער, וואָס איז הײַיאָר געוואָרן 75 יאָר אַלט (זײַן אַדמיניסטראַטאָר איז יאָרנלאַנג געווען דער באַקאַנטער ייִדישער שרײַבער אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש ז״ל).
יעדע אייראָפּעיִשע מדינה האָט געשעענישן, צי ערטער, אַרום וועלכע עס בויט זיך דער דיסקורס אויף ייִדישע טעמעס. אין הײַנטיקן פּוילן, איז יעדוואַבנע געוואָרן אַ סימבאָל אי פֿון די געשעענישן בעתן חורבן אי פֿון דער באַציִונג פֿון דער באַפֿעלקערונג צו די דאָזיקע געשעענישן. אויב וועגן אוישוויץ און אַנדערע לאַגערן קען מען טענהן, אַז זיי זײַנען געווען אויף דער פּוילישער טעריטאָריע, אָבער די פּאָליאַקן אַליין האָבן צו זיי דירעקט געהאַט אַ רעלאַטיוו קליינעם שײַכות, טאָ יעדוואַבנע שטעלט מיט זיך פֿאָר גאָר אַן אַנדער געשיכטע. מיט 70 יאָר צוריק, דעם 10טן יולי 1941, האָבן ניט די דײַטשן, נאָר דווקא עטלעכע צענדליק היגע פּאָליאַקן געשפּילט די צענטראַלע ראָלע אין דער שחיטה, אין וועלכער מע האָט אַכזריותדיק אומגעבראַכט הונדערטער ייִדן.
אין אַ גרויסער מאָס, איז די טראַגעדיע אין יעדוואַבנע, וואָס געפֿינט זיך אַ פּאָר הונדערט קילאָמעטער מיזרח-צפֿון-צו פֿון וואַרשע, אַרויף אויפֿן הײַנטיקן סדר-היום אַ דאַנק דעם בוך "שכנים" פֿון יאַן גראָס, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון געשיכטע אין פּרינסטאָן-אוניווערסיטעט. מיט אַ יאָרצענדליק צוריק, ווען דאָס דאָזיקע בוך איז אַרויס, האָט עס אַרויסגערופֿן הייסע וויכּוחים, סײַ אין פּוילן סײַ אין אַנדערע לענדער. אין די קאָמוניסטישע צײַטן וואָלט מען אין פּוילן, אַ פּנים, פֿון דעם בוך זיך אָפּגעטרייסלט, אַרײַנגעשטעלט עס אין אַ רשימה פֿון בורזשואַזע שרײַבערײַען. בפֿרט נאָך, אַז דער מחבר האָט אין יאָר 1968, דעמאָלט אַ וואַרשעווער סטודענט, זיך באַטייליקט אין דער דיסידענטישער באַוועגונג. אָבער דאָס נײַע, נאָך-קאָמוניסטישע פּוילן האָט געמוזט זיך אויפֿפֿירן אַנדערש.
דער סוף איז געווען, אַז דער דעמאָלטיקער פּוילישער פּרעזידענט, אַלעקסאַנדער קוואַסניעווסקי, האָט זיך אָפֿיציעל אַנטשולדיקט פֿאַר דעם פֿאַרברעכן אין יעדוואַבנע, און אויפֿן אָרט פֿון דער שחיטה האָט זיך באַוויזן אַ דענקמאָל געווידמעט די אומגעבראַכטע ייִדן. אמת, ס’איז ניט אָנגעוויזן געוואָרן אַז די מערדער זײַנען געווען די קריסטלעכע "שכנים". ביזן הײַנטיקן טאָג ווערן אָנגערופֿן צוויי אָפּשאַצונגען פֿון דער צאָל אומגעבראַכטע — דער אָפֿיציעלער פּוילישער צד רעדט וועגן דרײַ-פֿיר הונדערט נפֿשות, בעת יאַן גראָס רופֿט אָן אַ צאָל קרבנות, וואָס איז, לכל-הפּחות, פֿיר מאָל גרעסער.
אַ סך מענטשן אין פּוילן וואַרפֿן אָבער אָפּ די באַשולדיקונגען, אַז שולדיק אין דער יעדוואַבנער שחיטה זײַנען געווען די פּאָליאַקן. אַנשטאָט אַן אָנערקענונג פֿון דער שולד, מאַכן זיך מענטשן ניט וויסנדיק אָדער זיי באַשולדיקן די דײַטשן. אויספֿרעגן ווײַזן, אַז די באַציִונג איז זייער אָפֿט פֿאַרבונדן מיט דער בילדונג — וואָס העכער איז דער ניוואָ אַלץ העכער איז דער חלק פֿון די פּאָליאַקן, וואָס פֿאַרשטייען און נעמען אָן דעם היסטאָרישן אמת.
דעם 1טן סעפּטעמבער האָט מען אין פּוילן אָפּגעמערקט דעם 72סטן יאָרטאָג פֿון דעם אָנהייב פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה. אין יעדוואַבנע האָט עמעצער באַשלאָסן עס אָפּצומערקן אויף אַ מיאוסן אופֿן. אויף דעם מאָנומענט, געווידמעט די אומגעבראַכטע ייִדן, האָבן זיך באַוויזן נאַציסטישע סימבאָלן, ווי אויך ווערטער — "איך אַנטשולדיק זיך ניט פֿאַר יעדוואַבנע" און "זיי האָבן גוט געברענט" (אַן אָנצוהערעניש אויף די לעבעדיקערהייט פֿאַרברענטע ייִדישע תּושבֿים).
עס ווילט זיך גלייבן, אַז מע וועט געפֿינען דעם — אָדער די — פֿאַרברעכער. אַזעלכע פּאַרשוינען זײַנען דאָך דירעקטע יורשים פֿון די מערדער, וואָס האָבן געוויזן זייערע חיהשע פֿעיִקייטן מיט 70 יאָר צוריק. אַזאַ סם-המוות טאָר ניט בלײַבן אין קיין געזעלשאַפֿט, בפֿרט אין אַ געזעלשאַפֿט, וואָס האַלט זיך פֿאַר אַ מערבֿדיקער, אייראָפּעיִשער.