די ידיעות וואָס קומען די לעצטע וואָכן אַרויס פֿון מיטעלן מיזרח און צפֿון־אַפֿריקע שאָקירן און שרעקן די מערבֿ־וועלט. זיי לאָזן די פּאָליטיקער פֿון אייראָפּע און אַמעריקע אין פֿאַרלעגנהייט, און עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז פֿאַר זיי איז עס ממש אַ וווּלקאַן־אויסבראָך.
אמת, די מעשׂים פֿונעם המון קומען בדרך־כּלל פֿאָר ספּאָנטאַן, אומדערוואַרט און דערמאָנען טאַקע אַ וווּלקאַן, וואָס וועקט זיך פּלוצעם אויף. און דאָך, ווי שווער עס זאָל נישט זײַן פֿאָרויסצוזען די אויפֿפֿירונג פֿונעם המון, קומען אין דער געזעלשאַפֿט כּסדר פֿאָר זאַכן, וואָס ווײַזן אָן, אַז נישט הײַנט, מאָרגן קאָן פֿאָרקומען אַזאַ אויפֿברויז, טאַקע ווי עס קומט פֿאָר בעת אַ וווּלקאַן־אויסבראָך.
אַזעלכע בולטע סימפּטאָמאַטישע ווייען האָט מען געקאָנט שפּירן אין לבֿנון, וווּ "כעזבאָלאַ" האָט סוף־כּל־סוף פּראָוואָצירט דעם פּאָליטישן קריזיס, נאָך וועלכן די כאַרירי־רעגירונג האָט געמוזט פֿאַרלאָזן דעם קאַבינעט, און אין שפּיץ פֿון דער נײַער ממשלה איז געקומען "כעזבאָלאַס" אַ מענטש.
אין טוניס, ווי אַ פּועל־יוצא פֿון דער אַזוי גערופֿענער "זשאַסמין"־רעוואָלוציע, איז אַראָפּגענידערט געוואָרן דער דיקטאַטאָרישער פּרעזידענט זין על־אַבידין בען אַלי, און געשאַפֿן געוואָרן אַ נײַע רעגירונג; דערווײַל נאָך נישט קלאָר פֿון וואָס פֿאַר אַ שניט. די קייט פֿון פּאָליטישע מאַסן־אומרוען האָט זיך געשלענגלט ווײַטער איבערן אַפֿריקאַנער קאָנטינענט, פֿאַרטשעפּעט תּימן, סודאַן, אַלזשיר און זיך אַריבערגעוואָרן צו עגיפּטן.
ווי מיר ווייסן, איז עגיפּטן ביז אַהער געווען די גרעסטע און שטאַרקסטע מדינה אין מיטעלן מיזרח, מיט אַ ממשותדיקער השפּעה אויף אירע שכנים. דער פּרעזידענט כאָסני מובאַראַק, ווי אויך אַנדערע פֿירער פֿון ס'רובֿ אַראַבישע לענדער, האָט טאַקע אוזורפּירט די מאַכט אויף צענדליקער יאָרן, אָבער דעם מערבֿ האָט עס געלוינט, ווײַל מובאַראַק האָט זיך געלאָזט, אַז דער מערבֿ, בפֿרט אַמעריקע זאָל אין זײַן לאַנד איבערפּעקלען מיליאַרדיקע סומעס געלט און סאָפֿיסטיקירט געווער. אַזאַ "באַרטער" האָט געלוינט אַלע צדדים, בתוכם ישׂראל, וואָס האָט געניסט פֿון דעם "שלעכטן שלום" מיט עגיפּטן, אָבער פֿאָרט אַ שלום!
אַוודאי האָט דער מערבֿ געוווּסט, אַז מובאַראַקס מצבֿ אין לאַנד איז מער ווי אַ וואַקלדיקער, און נישט נאָר צוליב זײַן שלעכט געזונט; אַז דאָס פֿאָלק איז נישט צופֿרידן, און נישט אַזוי צוליב אויספֿעלן דאָרט דעמאָקראַטישע פֿרײַהייטן, ווי צוליב דעם שטײַגנדיקן יקרות און נויט. געוווּסט און פֿאָרט זיך פֿאַרלאָזט אויף אַן אפֿשר — עולם־גולם...
און אָט הערט זיך ווידער פֿון די מערבֿדיקע אינטעלעקטואַלן דאָס "מאַגישע" וואָרט — "דעמאָקראַטיע" — ווי ס'וואָלט געקאָנט ראַטעווען דעם מיטעלן מיזרח און צפֿון־אַפֿריקע פֿון דעם סכּנותדיקן לאַווע־אויסגוס פֿון כאַאָס און דראָענדיקער איסלאַמיזאַציע פֿון די לענדער. מע חזרט איבער — "דעמאָקראַטיע" און מע פֿאַרגעסט, אַז דווקא אונטער די דעמאָקראַטישע לאָזונגען זײַנען נעכטן געקומען צו דער מאַכט די דיקטאַטאָרן, וואָס קעגן זיי ווילדעוועט הײַנט אויף די גאַסן דער המון; אַז מאָרגן וועט דער צעווילדעוועטער המון אַרויסברענגען פֿון זײַן טראַכט אַ נײַעם דיקטאַטאָר, נאָך ערגער פֿונעם אַראָפּגענידערטן...
צי איז דאָ אַן אַנדער ברירה? זעט אויס, אַז נאָך 30 יאָר פֿון באַלעבאַטעווען אין זייערע לענדער און דערפֿירן דאָס פֿאָלק צו אַ שרעקלעכער ירידה, איז געקומען די צײַט צו צאָלן לויטן חשבון. די צרה איז אָבער, אַז דעם חשבון וועלן געוויס צושטעלן די איסלאַמישע פֿאַנאַטיקער. ס'איז געקומען זייער צײַט!