צו צרות, זאָגט דאָס ווערטל, געוווינט מען זיך אויך צו; שוין אָפּגערעדט, פֿון שלעכטע בשׂורות. זעט אויס, אַז צו די "אַראַבישע רעוואָלוציעס" אין מיטעלן מיזרח און צפֿון־אַפֿריקע, האָט מען זיך שוין צוביסלעך צוגעוווינט, שוין איבערגעשלאָפֿן מיט זיי נישט איין נאַכט. און כאָטש די קאָנסעקווענצן פֿון דעם אַלעמען זײַנען גאָר פֿאַרנעפּלט, איז פֿאָרט שוין דער ערשטער שאָק אַדורך. וואָס זשע טוט מען ווײַטער? דאָס בעסטע איז זיך אומצוקערן צום אײַנגעשטעלטן סדר־היום. דהײַנו: וואָס אַרום און אַרום זאָל נישט געשען, בלײַבט ווײַטער אין צענטער פֿון דער "מיטל־מיזרחדיקער פּראָבלעם" — ישׂראל.
די "הייליקע קו", די ישׂראל־פּאַלעסטינער שלום־פֿאַרהאַנדלונגען מוזן אויפֿגעשטעלט ווערן, נישט געקוקט אַפֿילו אויף דעם, וואָס אַ היפּשע צאָל עקספּערטן האַלטן, אַז די ווירקלעכקייט האָט זיך געביטן, און מע מוז אויך בײַטן דעם גאַנצן צוגאַנג צו דער פּראָבלעם. די עקשנים האַלטן אַנדערש; אויפֿגעכאַפּט האָט זיך פֿונעם טיפֿן דרעמל דער אַזוי גערופֿענער "מיטל־מיזרחדיקער קוואַרטעט". און אָט הערט מען שוין פֿון דעם "יו־ען"־שליח, ראָבערט סערי, אַז עס זײַנען פֿאַרפּלאַנירט געוואָרן באַזונדערע טרעפֿונגען פֿון דער ישׂראל־ און פּאַלעסטינער־פֿאָרשטייערשאַפֿט אין בריסל, כּדי אויסצוקלאָרן די פּאָזיציעס פֿון ביידע צדדים.
צי האָט זיך עפּעס אין די דאָזיקע פּאָזיציעס געביטן? צי האָט מען זיך שוין אָפּגעזאָגט פֿון דער באַרימטער שטעלונג — "צוויי מלוכות פֿאַר צוויי פֿעלקער"? און אפֿשר פֿאַרקערט: דער מערבֿ איז ערנסט באַזאָרגט, אַז די פּאַלעסטינער קאָנען נאָך אין סעפּטעמבער פּראָקלאַמירן זייער מלוכה, אָן דער הסכּמה פֿון אַלע מחותּנים. דאָס שרעקט טאַקע דעם מערבֿ; און דאָס אונטערטרײַבן די געשעענישן, איגנאָרירנדיק די הײַנטיקע ווירקלעכקייט, באַשטעטיקט נאָר אָט דעם חשד. מעגלעך, אַז דער "קוואַרטעט" וואָלט שוין מסכּים געווען צו קומען צו אַ פּשרה וועגן דער פּאַלעסטינער מלוכישקייט, אַפֿילו אָן אירע באַשטימטע גרענעצן, אָן דעם סטאַטוס פֿון ירושלים, טעריטאָריעס־אויסטויש און דעם אומקער פֿון פּאַלעסטינער פּליטים, — אַבי אַ הסכּם!
אין דער זעלבער צײַט, האָבן זיך ווידער אָנגעהויבן די ראַקעטן־אַטאַקעס אויף ישׂראל. ווידער, נאָך אַ גוטע צוויי יאָר שטילשטאַנד. צי איז עס צופֿעליק? אין יענעם ראַיאָן קומט גאָרנישט פֿאָר צופֿעליק. אומדערוואַרט — יאָ! נאָך דער איבערקערעניש אין עגיפּטן איז צוצושטעלן גרויסע געווער־קוואַנטיטעטן דורכן פֿילאַדעלפֿיע־קאָרידאָר נישט קיין מניעה. שוין אָפּגערעדט וועגן מיליטאַנטישע גרופּעס דורכצופֿירן טעראָריסטישע אַקציעס. צי איז עס אַ השפּעה פֿון דרויסן, פֿון "אַל־קײַדאַ, למשל? צי אַ באַדערפֿעניש פֿון אינעווייניק נאָכצומאַכן די ברידער־אַראַבער פֿון אַנדערע לענדער?
די רעגירונגען פֿון אייראָפּע און אַמעריקע בײַ זייער געוויסער פֿאַרלוירנקייט פֿון די "אַראַבישע מרידות", זײַנען אין דער זעלבער צײַט פֿאַרטשאַדעט פֿון דער האָפֿענונג, אַז אויסלאָזן וועט זיך עס מיט גוטן — מיט דעמאָקראַטישע רעפֿאָרמען. אַ טיפּישער געדאַנקען־גאַנג פֿון מערבֿדיקע רעגירונגען, אָבער נישט קיין מיטל־מיזרחדיקער. די איצטיקע אַקטיוויזאַציע פֿון די איסלאַמיסטישע כּוחות אין עזה וואָלט געדאַרפֿט באַטראַכט ווערן ווי אַ דעמאָנסטראַציע פֿון אַחדות און סאָלידאַריטעט מיט די אויפֿשטענדלער, אַז דער ריכטיקסטער וועג צום מאָרגן ליגט אויפֿן דרך פֿון אַן אַלגעמיינער איסלאַמיזאַציע. מיט זייערע איצטיקע מעשׂים ווײַזן זיי, אַז דאָס באַשיסן ישׂראל, מיינט, זיך קעגנשטעלן נישט בלויז די ציוניסטן, נאָר דעם אַלגעמיינעם שׂונא פֿון איסלאַם — דעם גאַנצן מערבֿ. אַנטי־ישׂראל איז געגליכן צו אַנטי־מערבֿ!
צוריק גערעדט, דאַרפֿן די מיליטאַנטן נישט קריכן פֿון די כּלים: די שׂינאה צו ישׂראל און איסלאַמיסטישע שטימונגען זײַנען אין דער אַראַבישער וועלט זייער גרויס — סײַ צווישן דעם פּשוטן פֿאָלק און סײַ צווישן דער געבילדעטער יוגנט, דער אינטעלעקטועלער עליט פֿון די איצטיקע רעוואָלוציעס.
אויפֿן הינטערגרונט פֿון דעם מיטל־מיזרחדיקן מאָרגן, נייטיקן זיך הײַנט די מערבֿדיקע פּאָליטיקער אַרויסצוּווײַזן אַן עפֿעקטיווע אַטראַקציע, וואָס וואָלט אפֿשר געהאָלפֿן אָנצוהאַלטן דעם קאָנטראָל אויפֿן אַראַבישן מיטל־מיזרח. אַזאַ אַטראַקטיווע מעשׂה קאָן ווערן דאָס אָנקוועטשן אויף ישׂראל זיך נאָכצוגעבן די פּאַלעסטינער און ביז סעפּטעמבער קומען צו אַ הסכּם.