צווישן די צען געבאָט, וואָס משה רבינו האָט אַראָפּגעבראַכט זײַן פֿאָלק פֿון באַרג סיני, געפֿינען מיר אויך דעם "לא תּעשׂה לך פּסל" — מאַך זיך נישט קיין געצל. מיר ווייסן שוין אָבער גוט, אַז ס'איז נישטאָ אַזאַ "לא" מע זאָל פֿון אים זיך נישט קאָנען מאַכן "כּלא ידע".
נישט איין מאָל האָט די מענטשלעכע וועלט זיך געמאַכט נישט וויסנדיק און געשאַפֿן פֿאַר זיך קלענערע און גרעסערע געצלעך. בדרך־כּלל, טרעפֿט זיך עס, אין די אַזוי גערופֿענע סמוטנע, אומזיכערע צײַטן, ווען די פֿעלקער זוכן אַן אויסוועג אינעם שטעלן איבער זיך אַ געצל; אָדער ווען אַ פּשוטער בשׂר ודם שטעלט זיך אַליין אַרויס פֿאַר אַ געצל און דער המון כאַפּט עס אונטער, ווײַל קיין אַנדער ברירה זעט ער נישט. אין ביידע פֿאַלן ווערט אַזאַ פֿאָלק געשטראָפֿט!
די ייִדן האָבן אין גאַנג פֿון דער געשיכטע זיך נישט איין מאָל אָפּגענאַרט, ווערנדיק פֿאַרפֿירט פֿון כּלערליי געצלעך, אין וועלכע זיי האָבן געגלייבט, ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ ייִד — מיט לײַב און לעבן. אַזוי איז געשען סוף 19טן, אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, ווען די ייִדן זײַנען פֿאַרכאַפּט און פֿאַרשלעפּט געוואָרן אינעם רעוואָלוציע־ווירבל, שטעלנדיק זיך אונטער דער פֿאָן פֿון געמאַכטע געצלעך.
די שטראָף איז געקומען אין אָקטאָבער 1917, ווען די באָלשעוויקעס אין צאַרישן רוסלאַנד האָבן איבערגעקערט דעם טראָן און אויפֿגעשטעלט די מאַכט פֿון רויטן טעראָר. די ייִדישע באַטייליקונג אין דער בלוטיקער באָד איז געווען אַ גרויסע — סײַ צווישן די גוואַלדטוער, און נאָך מער, צווישן די אומברחמנותדיק פֿאַרגוואַלדיקטע קרבנות.
די אַנטוישונג, וואָס איז געקומען אין די סוף 1940ער, אָנהייב יאָרן 1950ער יאָרן, איז געווען נאָך גרעסער, ווײַל זי האָט געטראָגן אין זיך אַן אומענדלעכן אומעט און ווייטיק פֿון אַלע געליטענע. יעדער צד האָט אין דער גרויער, קאַלעמוטנער צײַט געזוכט זײַן אָנשפּאַר, זײַן שטערן־פֿירער. די ייִדן פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד האָבן נאָך דער מלחמה קיין געאייניקטע נאַציאָנאַלע אידעאַלן נישט געהאַט. די וווּנדן נאָכן חורבן האָט יעדער געפֿילט באַזונדער; סײַדן דאָס נײַ־געשאַפֿענע ייִדישע מדינהלע האָט אַרויסגערופֿן אַ קאָלעקטיווע פֿרייד און שטאָלץ; און בײַ אַ גאָר קליינעם טייל — אַ פֿאַרבאָרגענעם טרוים פֿון זיך אַהין אַריבערפּעקלען.
פֿון דעסטוועגן, נאָך די אַלע אַנטיסעמיטישע פּראָצעסן און דער כרושטשאָווס קורצער "דערוואַרעם־תּקופֿה", אפֿשר ווי אַ שטילער ווידערשטאַנד, זײַנען בײַ דער ייִדישער אַסימילירטער אינטעליגענץ אויפֿגעקומען צוויי ממשותדיקע סימבאָלן פֿון נאַציאָנאַלער אידענטיפֿיקאַציע — שלום־עליכם און שלמה מיכאָעלס. און אויב שלום־עליכם האָט געוועקט נאָסטאַלגישע געפֿילן וועגן עפּעס אַ ראָמאַנטיזירט ייִדיש לעבן אין שטעטל; איז שלמה מיכאָעלס געווען דער סימבאָל פֿון אַלע אומגעבראַכטע ייִדישע קרבנות פֿונעם סטאַלין־רעזשים.
אין די אָנהייב 1960 צינדט זיך אָן נאָך אַ נאַציאָנאַל־פֿײַערל, דער מאָסקווער ייִדישער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד", וואָס אַרום אים נעמען זיך צונויף די רעשטלעך פֿאַרבליבענע ייִדישע שרײַבער און קולטור־טוער, ווי אויך אַ לייענערשאַפֿט; אָבער פֿון דעם פֿײַערל האָט קיין שײַטער זיך נישט צעבלאָזן, צוליב פֿאַרשידענע סיבות.
נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמה אין מיטעלן מיזרח, האָט אָנגעהויבן אָננעמען כּוח די באַוועגונג פֿאַר פֿרײַער עליה. בײַם אָנהייב אַ צעדריבלטע, "אַמאַטאָרישע", וואָס ס'רובֿ פֿון די אַקטיוויסטן זײַנען געקומען פֿון דער אַלגעמיינער מענטשנרעכט באַוועגונג, און האָבן געהאַט אַ קנאַפּע אַנונג וועגן ייִדישע נאַציאָנאַלע ווערטן בכלל און ציוניסטישע בפֿרט; האָבן זיי גיך אָנגעהויבן אָנצונעמען כּוח, נישט אָן דער הילף פֿון די "מערבֿ־קאָנסולטאַנטן".
די זיכערהייט־אָרגאַנען מיט זייער טראַדיציאָנעלער רעפּרעסיווער מעטאָדע האָבן דעם פּראָצעס פֿון "שטעלן זיך אויף די פֿיס" פֿאַרגיכערט; נישט אָפּגעבנדיק זיך אַליין קיין חשבון, האָבן זיי מיט זייערע טיפּשע מעשׂים נאָך מער סטימולירט דעם וווּקס און די קעגנערשאַפֿט מצד די געהיימע און אָפֿענע קעמפֿער קעגן דעם סאָוועטישן רעזשים. דער קאַמף האָט צום סוף 1980ער יאָרן זיך אויסגעלאָזט אין אַ ממשותדיקן נצחון.
צווישן די געליטענע אין דעם קאַמף האָט זיך אויסגעטיילט אַ גרופּע ייִדישע אַקטיוויסטן. דער באַקאַנטסטער פֿון זיי איז געוואָרן נתן שטשאַראַנסקי. אינטערעסאַנט, אַז דווקא זײַן נאָמען האָבן אויפֿגעהויבן אויפֿן שוץ די אַמעריקאַנער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. נתן שטשאַראַנסקי איז געוואָרן אַ מין מענדל בייליס פֿון די 1970ער יאָרן. אין ראַטן־פֿאַרבאַנד גופֿא איז דער נאָמען נישט געוואָרן קיין סימבאָל פֿון ייִדישער קעמפֿערישקייט פֿאַר נאַציאָנאַלע רעכט.
נתן שטשאַראַנסקין האָט מער אָפּגעגליקט אין זײַן קאַריערע, איידער דעם אומזיסט־געליטענעם מענדל בייליס. אין ישׂראל, אויך נישט אָן דער שטיצע פֿון זײַנע אַמעריקאַנער ספּאָנסאָרס, האָט ער זיך געלאָזט אויפֿן וועג פֿון אַ פּאָליטישער קאַריערע, אָנהייבנדיק פֿון אַ פֿירער פֿון "ציוניסטישן פֿאָרום" און פֿאַרענדיקנדיק ווי אַ לידער פֿון דער אַזוי גערופֿענער רוסישער פּאַרטיי "ישׂראל בעליה", וואָס האָט זיך סוף־כּל־סוף צונויפֿגעגאָסן מיטן "ליכּוד".
צווישן די ישׂראלים בכלל און די עולים פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, האָט שטשאַראַנסקי, קיין ליבע און חשיבֿות נישט געקראָגן; מע האַלט אים פֿאַרן בעסטן שאַכמאַטיסט צווישן די פּאָליטיקער, און דעם בעסטן פּאָליטיקער צווישן די שאַכמאַטיסטן. זײַן איצטיקער פּאָסטן ווי דער פֿאָרזיצער פֿון דער "ייִדישער אַגענץ" ווערט מער אויפֿגענומען ווי אַ ברייטהאַרציקע מתּנה פֿון בנימין נתניהו — אַ בכּבודיקער הויך־פּונקט אין שטשאַראַנסקיס קאַריערע, איידער זײַן אַרויסגיין אויף פּענסיע.