די יום־טובֿדיקע טעג זײַנען אַדורך, און ווידער איז אין אונדזער טאָג־טעגלעכקייט אַרײַן דער חמץ, דאָס זיס־ביטער שטיקל ברויט. מע הערט פֿון אַלע זײַטן, אַז דאָס לעבן ווערט אַלץ טײַערער און טײַערער; ריכטיקער וואָלט אָבער געווען צו זאָגן: אויסצוהאַלטן אַזאַ לעבן ווערט מסוכּן טײַער.
יאָ, פֿון מצרים זײַנען מיר אַרויס, אָבער די פֿערציק יאָר פֿון אויספּרוּוון אונדזער פֿאָלק זײַנען נאָך נישט אַדורך. נישט געקוקט אויף דעם וואָס ס'רובֿ ייִדן האָבן זיך באַזעצט אין דער ייִדישער מדינה און די איבעריקע זײַנען גײַסטלעך מיט ישׂראל פֿאַרבינדן, זײַנען די ייִדן סײַ אין ישׂראל און סײַ אין די תּפֿוצות געבליבן אַ געוווּנטשענער ציל פֿאַר האַס.
דאָס פֿײַער, וואָס ברענט הײַנט אויפֿן מיטעלן מיזרח בכלל און אַרום ישׂראל בפֿרט, ברענגט אָבער נישט אַרײַן די ישׂראלדיקע באַפֿעלקערונג אין אַ מרה־שחורה. באַזונדערס זעט מען עס דווקא אין דער סבֿיבֿה פֿון די אַזוי גערופֿענע "רוסים", דאָס הייסט, פֿון די עולים, וועלכע זײַנע געקומען פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. די סטאַטיסטישע ידיעות, וואָס מיר ברענגען ווײַטער, זײַנען גענומען פֿון דער פּאָפּולערער עלעקטראָנישער אויסגאַבע Newsru.co.il, וואָס האָט לעצטנס דורכגעפֿירט אַן אויספֿרעג צווישן אירע לייענער. דער ציל איז געווען אויסצוקלאָרן, ווי ווײַט זיי זײַנען גליקלעך (אָדער אומגליקלעך). אינעם אויספֿרעג האָבן זיך באַטייליקט 3,696 רעספּאָנדענטן, וואָס האָבן געענטפֿערט אויף 17 פֿראַגעס. צוויי דריטל פֿון די אויסגעפֿרעגטע האָבן אַן אַקאַדעמישע בילדונג.
און אָט זײַנען די רעזולטאַטן: כּמעט אַ העלפֿט האָט געענטפֿערט, אַז זיי זײַנען גליקלעך, און בלויז 18% — אומגליקלעך.
די מערהייט (56.6%) זײַנען צופֿרידן מיט זייער לעבן. די פּראָפּאָרץ צווישן די צופֿרידענע און אומצופֿרידענע באַשטייט בערך פֿון 7 צו 3. נאָך מער: 36% רעספּאָנדענטן זײַנען נישט נאָר צופֿרידן מיטן לעבן אין ישׂראל, זיי זײַנען איבערצײַגט, אַז אין משך פֿון די קומענדיקע פֿינף יאָר וועט זייער לעבן ווערן נאָך בעסער.
כּמעט צוויי דריטל האָבן געענטפֿערט, אַז דאָס קומען קיין ישׂראל האָט פֿאַרבעסערט זייער לעבנס־צושטאַנד. דערצו ווערט באַמערקט: די פּראָפּאָרץ צווישן די מענטשן, וועלכע האָבן גענוג געלט צום לעבן און די, וועלכע האָבן עס נישט גענוג, איז אַן ערך די זעלבע. דער פֿאַרשפּרייטער זאָג, אַבי געזונט, קלאַפּט אין דעם פֿאַל אויך.
וואָס זשע פֿעלט הײַנט פֿון דעסטוועגן די "רוסים" אין ישׂראל? קודם־כּל, וואָס עס פֿעלט יעדן ישׂראל־בירגער — שלום (50%), און דאָס געפֿיל פֿון נאַציאָנאַלער זיכערהייט (37%); דערנאָך ווײַזט מען אָן — סטאַבילקייט (34%), געזונט (31%), וווינונג (25%) און אַ גוטע אַרבעט (24%).
כּמעט 64% פֿון די אויסגעפֿרעגטע האָבן דערקלערט, אַז זיי זײַנען נישט צופֿרידן מיטן זיכערהייט־מצבֿ אינעם לאַנד. וואָס שייך דעם עקאָנאָמישן מצבֿ באַטרעפֿט די צאָל צופֿרידענע און אומצופֿרידענע האַלב אויף האַלב (50%). דערבײַ זײַנען 40% נישט צופֿרידן מיטן עקאָלאָגישן מצבֿ.
ס'רובֿ לייענער פֿון דער דאָזיקער אויסגאַבע האָבן זיך געלערנט בדך־כּלל 15 יאָר און געהערן צום עלטערן דור. פֿון דעסטוועגן האַלטן זיי, אַז זייערע קינדער און אייניקלעך וועלן אָפּגעבן זיך מיטן לערנען 15.2 יאָר.
אויף דער פֿראַגע: "ווי מיינט איר, וויפֿל יאָר וועט איר לעבן?" — האָבן 61% געענטפֿערט — אַרום 78.7 יאָר; 39% — האָט זיך אָפּגעהאַלטן פֿון ענטפֿערן אויף דער פֿראַגע.
לאָמיר צום סוף דערמאָנען, אַז לויט דער סטאַטיסטיק פֿון דער אַלוועלטלעכער געזונטהייט־אָרגאַניזאַציע, לעבן די פֿרויען אין ישׂראל בערך 82 יאָר און די מענער — 79 יאָר. ווי זאָגט מע: נישטאָ וואָס צו זינדיקן. זאָל זשע יעדן ווויל באַקומען — ביז 120.