‫פֿון רעדאַקציע

די געשעענישן אין צפֿון־אַפֿריקע און אין מיטעלן מיזרח וואָלט מען געקאָנט הײַנט אָפּשאַצן מיט איין וואָרט — עס ברענט! די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט זיך אויסגעצייכנט נאָך דערמיט, וואָס אין דעם דאָזיקן פֿײַער האָבן זיך אַרײַנגעוואָרפֿן אויך די מערבֿדיקע מיליטערישע כּוחות. געשען איז עס נאָך דעם, ווי אינעם זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען" איז אָנגענומען געוואָרן דער באַשלוס צו שטיצן די רעוואָלטירטע. אמת, נישט אַלע לענדער־מיטגלידער האָבן געזאָגט זייער קאַטעגאָרישן "יאָ", אָבער קיינער האָט אויך נישט געזאָגט — "ניין". רוסלאַנד איז בפֿירוש געווען צווישן די געציילטע לענדער, וואָס האָבן זיך אָפּגעהאַלטן, דאָס הייסט, נישט געזאָגט "יאָ" און נישט געזאָגט "ניין".

אָבער אַפֿילו אַזאַ פּאַרעווער באַשלוס וועגן ליביע האָט אין רוסלאַנד גופֿא אַרויסגערופֿן סתּירות, און קודם־כּל, צווישן די צוויי ערשטע קעפּ — דעם פּרעזידענט דמיטרי מעדוועדיעוו און פּרעמיער־מיניסטער וולאַדימיר פּוטין. מה רעש? אין יעדן דעמאָקראַטישן לאַנד קאָן דער פּרעזידענט האָבן איין מיינונג און זײַן רעגירונג — אַ היפּוכדיקע מיינונג. אָבער נישט אין רוסלאַנד! אין שפּיץ פֿון רוסלאַנד שטייט טאַקע דער פּרעזידענט מעדוועדיעוו, אָבער געשטעלט האָט אים אויף דעם העכסטן פּאָסטן נישט דאָס פֿאָלק (די וואַלן האָבן נאָר באַשטעטיקט די קאַנדידאַטור), נאָר דער געוועזענער פּרעזידענט און איצטיקער פּרעמיער וולאַדימיר פּוטין. ס'איז נישט קיין סוד, אַז אַזאַ קאָמבינאַציע איז אויסגעשפּילט געוואָרן נאָר צוליב איין זאַך: צו מאַכן אַ מין פּשרה, כּדי נישט צו שטערן דער רוסלענדישער קאָנסטיטוציע, וואָס דערמעגלעכט צו פֿאַרנעמען דעם פּרעזידענטישן פּאָסטן נישט מער ווי צוויי מאָל. דער אמתער באַלעבאָס אין לאַנד איז אָבער סײַ־ווי געבליבן פּוטין.

לעצטנס, האָבן זיך פֿון דעסטוועגן די ביידע "ערשטע קעפּ" שוין עטלעכע מאָל צונויפֿגעבוצקעט. אַזאַ "באַראַם־בוץ" איז געשען אַרום דעם צווייטן געריכט איבער מיכאַיִל כאָדאָרקאָווסקי, שפּעטער נאָכן טעראָריסטישן אַטאַק אינעם פֿלי־פֿעלד "דאָמאָדיעדאָוואָ". און אָט איצט אַרום דער רוסלענדישער "נייטראַליטעט" וועגן די באָמבאַרדירונגען פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער קאָאַליציע, ווען פּוטין האָט זיך שאַרף אַרויסגעזאָגט און דערמיט אָפֿן אַרויסגעוויזן אַ קעגנערשאַפֿט צום באַשלוס פֿונעם פּרעזידענט.

די רעזאָלוציע פֿון דעם זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען", וואָס רוסלאַנד איז מיט איר פֿאַקטיש מסכּים און נישט וועטאָיִרט, האָט פּוטין אָנגערופֿן "מינערווערטיקע און שאָדנברענגענדיקע"; נאָך מער: ער האָט די רעזאָלוציע פֿאַרגלײַכט מיט "אַ מיטל־עלטערלעכן רוף צו אַ קרייץ־צוג, ווען עמעצער האָט גערופֿן די אַנדערע צו גיין אין אַ געוויס אָרט און עמעצן צו באַפֿרײַען".

חוץ דעם, האָט פּוטין נישט פֿאַרגעסן צו דערמאָנען אַמעריקעס באָמבאַרדירונגען פֿון יוגאָסלאַוויע און די מיליטערישע אינוואַזיע אין איראַק און אַפֿגאַניסטאַן. "איצט איז געקומען די ריי פֿון ליביע, — האָט דערקלערט דער פּרעמיער, — און דער תּירוץ איז — צו פֿאַרטיידיקן די פֿרידלעכע באַפֿעלקערונג. אָבער דווקא די פֿרידלעכע באַפֿעלקערונג פֿאַלט אַ קרבן פֿון די אַראָפּגעוואָרפֿענע באָמבעס. וווּ זשע איז די לאָגיק און דער געוויסן? נישטאָ ניט דאָס און ניט יענץ!" דערבײַ האָט פּוטין נישט דערמאָנט, אַז די ערשטע באָמבעס אויף ליביע האָבן אַראָפּגעוואָרפֿן בפֿירוש פֿראַנקרײַך און ענגלאַנד.

באַלד נאָך דער דערקלערונג האָט דער פּרעזידענט מעדוועדיעוו געמאַכט זײַן אייגענע דערקלערונג, וווּ ער האָט באַטאָנט, אַז ער האַלט די פּאָזיציע און די אויפֿפֿירונג פֿון רוסלאַנד אין דער פֿראַגע פֿון ליביע פֿאַר אַ ריכטיקע, ווײַל דער "יו־ען"־דאָקומענט שפּיגל אָפּ אויך רוסלאַנדס פּאָזיציע. "מע דאַרף איצט נישט פֿאָכען מיט די פֿליגלען און פּרוּוון צו דערקלערן, אַז מע ווייסט נישט וואָס מע טוט. מיר האָבן עס געטאָן באַוווּסטזיניק!"

זעט אויס, אַז וואָס נענטער צו די פּרעזידענטישע וואַלן אין רוסלאַנד, קערעווען זיך אַלץ מער אָפּ איינער פֿונעם אַנדערן די צוויי אָדלער־קעפּ אויפֿן הערב און אויך אין דער פּאָליטישער ווירקלעכקייט פֿון רוסלאַנד.