די לעצטע געשעענישן אין מיטעלן מיזרח האָבן פּלוצעם אַנטדעקט פֿאַר דער וועלט, אַז אין יענעם טייל האָט במשך פֿון צענדליקער יאָרן אויסגערײַפֿט אַ מכּה, וואָס קיינער — נישט די דיקטאַטאָרישע פֿירער פֿון די לענדער און נישט די פֿרײַע וועלט — האָבן זי נישט געוואָלט באַמערקן. אַלע זײַנען פֿאַרבלענדט פֿון דער בעלמע אין זייערע אויגן, וואָס הייסט, ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט. אַזאַ קורצזיכטיקע, הינערפּלעטנדיקע פּאָליטיק האָט געלוינט סײַ די דיקטאַטאָרן אָנצוהאַלטן זייער מאַכט, און סײַ די דעמאָקראַטישע מערבֿדיקע רעגירונגען צו האָבן מיט אַזאַ מאַכט פֿרײַנדלעכע באַציִונגען.
די מכּה האָט געפּלאַצט און הײַנט ווייסט קיינער נישט, אַפֿילו דער מוסולמענישער אַללאַ, מיט וואָס ס׳וועלן זיך די אַלע אויפֿשטאַנדן פֿאַרענדיקן. זעט אויס, אַז דער פֿרײַער ווינט פֿון טוניס, וואָס האָט זיך צעבלאָזן איבערן גאַנצן מיטעלן מיזרח און צפֿון־אַפֿריקע, וועט אין יעדן לאַנד פֿון יענע מקומות אײַנגעשטילט ווערן אויף זײַן אייגענעם אופֿן. הײַנט קומט די פֿראַגע — וואָס ווײַטער? וואָס וועלן זײַן די שפּראָצלינגען פֿון די זוימען, אַרײַנגעבראַכט און פֿאַרזייט פֿון דעם פֿרײַען ווינט?
קיין ענטפֿער איז נישטאָ, און צו זײַן דאָ אַ נבֿיא איז אוממעגלעך. דערווײַל ווייסט מען, אַז ווי דער גורל פֿון די לענדער זאָל זיך נישט אויסדרייען, בלײַבן די אַראָפּגעפֿאַלענע דיקטאַטאָרן נישט אויף הפֿקר. וווּ, וועט איר פֿרעגן, געפֿינען די דעספּאָטישע דיקטאַטאָרן אַ מקום־מיקלט? שטעלט זיך פֿאָר, אין די לענדער פֿון די גרעסטע דעמאָקראַטישע רעגירונגען: אין ענגלאַנד, פֿראַנקרײַך, דײַטשלאַנד, קאַנאַדע און אויך אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן — דער מוסטער פֿון עכטער דעמאָקראַטיע.
אָט, למשל, דער זון פֿונעם עגיפּטישן עקס־פּרעזידענט, כאָסני מובאַראַק, גאַמאַל מובאַראַק, האָט שוין פֿון לאַנג זיך באַוואָרנט מיט אַן ענגלישן פּאַספּאָרט. ער און זײַן משפּחה פֿירן דאָרט ווײַט נישט קיין אָרעמאַנסקיע לעבן. וואָס שייך דעם קראַנקן עקס־פּרעזידענט אַליין, וועט ער אויך נישט שטאַרבן אין אָרעמשאַפֿט ערגעץ אין אַ פֿאַרוואָרפֿענעם מושבֿ־זקנים.
אַן אַנדער דיקטאַטאָר, וואָס פֿון אים, קאָן מען זאָגן, האָט זיך אָנגעהויבן די גאַנצע זאַווערוכע אין מיטעלן מיזרח און צפֿון אַפֿריקע — דער עקס־פּרעזידענט פֿון טוניס, זינאַ על־אַבידינאַ בען אַלי (לאָמיר אים רופֿן פּשוט — בען אַלי). ער, מיט זײַן גאָלדענער וואַליזקע מיט אָנגעראַבעוועטן גאָלד במשך פֿון די 30 יאָר פֿון זײַן ממשלה, איז אַנטלאָפֿן בפֿירוש קיין סאַודיע. דאָרט האָט מען אים אויפֿגענומען אין אַ קיניגלעכן פּאַלאַץ פֿון דער קוראָרט־שטאָט דזשידאַ — פֿאָרט אַזוי פֿיל יאָר געהאָרעוועט אין בלוטיקן שווייס. שוין צײַט זיך אָפּצורוען. האָט זיך אָבער גאָר אין גיכן אַרויסגעוויזן, אַז די בענק פֿון דײַטשלאַנד, שווייץ און פֿראַנקרײַך, וווּ ער האָט געהאַלטן זײַנע אָפּגעשפּאָרטע מיליאָנען, האָבן פֿאַרבלאָקירט זײַנע קאָנטעס. לאָזט זיך אויס, אַז די אַלע געלטער האָט ער און זײַנע קרובֿים צוגעגנבֿעט בײַ זײַן פֿאָלק. באמת אַ פֿאַרדראָס!
פֿון די אַלע איבערלעבענישן האָט בען אַלי געכאַפּט, נעבעך, אַ פּאָפּלעקציע. געפֿינט ער זיך איצט אונטערן קאָנטראָל פֿון די בעסטע דאָקטוירים און אַ מחנה לײַבהיטערס. פֿאָרט אַ הויכגעשעצטער גאַסט!
אַמעריקע, ווי געזאָגט, איז אויך אַ ברייטהאַרציק גאַסטפֿרײַנדלעך לאַנד. אַזוי, למשל, האָט זיך דאָ אויסבאַהאַלטן אַ היפּשע צײַט דער איראַנישער שאַך מאָהאַמעד פּעכלעווי; שפּעטער — דער פֿיליפּינער דיקטאַטאָר פֿערדינאַנד מאַרקאָס און דער אַרויסגעטריבענער פּרעזידענט פֿון האַיִטי זשאַן־בערטראַן אַריסטיד. לעצטנס, האָט זיך דאָ געפֿונען אַ שטיל ווינקל אין קאַליפֿאָרניע מאַסאַב יוסוף, דער זון פֿון כאַסאַן יוסוף, איינער פֿון די פֿאַרביסענע "כאַמאַס"־פֿירער. לאָזט זיך אויס, ער איז געווען אַ ישׂראל־אַגענט און האָט אָנגעשריבן אַ בוך וועגן זײַן מיט־אַרבעט מיטן פֿאָטער אין דער פֿירערשאַפֿט פֿון "כאַמאַס". אַ לײַטישער בחור!..
הײַנט גיסט זיך דאָס בלוט אויף די גאַסן פֿון טריפּאָלי און אַנדערע שטעט פֿון ליביע. אַ טייל מערבֿדיקע לענדער, ווי אויך די "ליגע פֿון אַראַבישע לענדער" האָבן פֿאַראורטיילט די מעשׂים פֿונעם ווילדן דיקטאַטאָר. דערווײַל גיט ער נישט נאָך, און די צאָל קרבנות וואַקסט. שוין זשע וועט זיך נאָך אַלעמען געפֿינען אַ לאַנד, וואָס וועט אויסטיילן אַ געוויסן שטח פֿאַר זײַן געצעלט?