‫פֿון רעדאַקציע

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן מיר אָפּגעמערקט עטלעכע וויכטיקע דאַטעס: דעם נצחון־טאָג איבער דעם דײַטשישן נאַציזם, דעם יום־הזכּרון און יום־העצמאות. הײַיאָר זײַנען אַלע דרײַ געשעענישן כּמעט צונויפֿגעפֿאַלן. אַזאַ צונויפֿפֿאַל רופֿט אַרויס געוויסע געדאַנקען, פֿאַרבונדן סײַ מיט דער פֿאַרגאַנגענהייט און סײַ מיטן הײַנט.

אין שײַכות דערמיט ברענגען מיר ווײַטער אַ מין קורצן אַנאַליז, געמאַכט פֿון אַ ישׂראלדיקן היסטאָריקער מירון אַמוסיאַ. אָט וואָס ער שרײַבט:

די צערעמאָניע פֿון אונטערשרײַבן דעם קאַפּיטולאַציע־אַקט פֿון דײַטשלאַנד, איז פֿאָרגעקומען 10 אַזייגער בײַ נאַכט לויט דער מיטל־אייראָפּעיִשער צײַט דעם 8טן מײַ 1945. מאַרשאַל זשוקאָוו האָט דעמאָלט פֿאָרגעשטעלט דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. ווען דער דאָזיקער "אַקט" איז אונטערגעשריבן געוואָרן, איז אין מאָסקווע געווען שוין דער 9טער מײַ. אַזוי אַז דאָס גאַנצע לאַנד האָט זיך וועגן דעם גרויסן טאָג דערוווּסט מיט אַ טאָג שפּעטער.

בלי־ספֿק, איז דער זיג איבער דעם נאַציזם געווען אַ וויכטיקע דערגרייכונג מצד די לענדער פֿון דער אַנטי־פֿאַשיסטישער קאָאַליציע. ס'איז כּדאַי אָבער צו באַטאָנען, אַז נאָכן יאָר 1943, נאָך דעם מסוכּנעם בראָך, וואָס די דײַטשן האָבן געליטן, איז שוין קלאָר געווען, וואָס ס'וועט זײַן דער סוף פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. צו דער צײַט איז גרויס געווען די אויבערהאַנט בײַ דער אַנטי־היטלעריסטישער קאָאַליציע איבער דײַטשלאַנד — אין מאַטעריעלע, טעכנאָלאָגישע און מענטשלעכע רעסורסן. נאָר די פֿינצטערע פֿאַנאַטיקער, פֿאַרשיכּורט מיט זייער אידעאָלאָגיע, האָבן געקאָנט נאָך גלייבן אין אַן אַנדער פֿינאַל פֿון דער זינלאָזער מלחמה, וואָס זיי האָבן אָנגעהויבן.

פֿאַרשטייט זיך, אַז אין יענעם ווײַטן 1943 האָט קיינער נישט געקאָנט זאָגן אויף זיכער, ווען דער סוף וועט קומען און וואָס וועט זײַן דער פּרײַז פֿאַר דעם זיג. אין אַפּריל־מײַ 1945 איז שוין געווען קלאָר, אַז דער טאָג פֿון נצחון שײַנט פֿאַר די אויגן. אמת, קרבנות זײַנען אין די לעצטע וואָכן געפֿאַלן גרויסע. געטרייסט האָט אָבער דער געדאַנק, אַז זיי זײַנען נישט קיין אומזיסטיקע.

דער מצבֿ מיט די מלחמות אין ישׂראל, אָנהייבנדיק פֿון דער ערשטער, אומאָפּהענגיקייט־מלחמה, און ווײַטער — ביז דער צווייטער לבֿנון־מלחמה, איז געווען גאָר אַן אַנדערער. דהײַנו: בײַ אַלע פֿאַלן — טעריטאָריעל, מענטשן־כּוחות און מאַטעריעלע רעסורסן — קיין איין זאַך האָט נישט צוגעשפּילט ישׂראל; נאָך מער: ס'האָט יעדעס מאָל אויסגעזען סײַ אין די אויגן פֿון די שׂונאים און סײַ בײַ די ישׂראל־מיטפֿילער, אַז דאָסמאָל וועט ישׂראל נישט אויסהאַלטן דעם דראַנג און אַרײַנגעוואָרפֿן ווערן אין ים אַרײַן.

ס'איז איבעריק אויך צו דערמאָנען, אַז מיט קיין שום "קאָאַליציע" צו שטיצן ישׂראל האָט נישט געשמעקט (און עס שמעקט נישט ביז הײַנט!). פֿאַרקערט: סײַ די אייראָפּעיִשע לענדער, סײַ די "יו־ען" האָבן זיך געמאַכט נישט־וויסנדיק ביז דעם מאָמענט, ווען ישׂראל האָט אָנגעהויבן צו געבן פּעטש. דעמאָלט האָבן זיך דערהערט קולות פֿון אַלע זײַטן, פֿאַרשטייט זיך צו פֿאַרטיידיקן די אַראַבער.

יאָ, קרבנות זײַנען געווען אַ סך, אָבער נישט קיין אומזיסטיקע; ישׂראל־בירגער זײַנען געפֿאַלן און פֿאַלן ווײַטער אין די שלאַכטן און פֿון די טעראָריסטישע הענט. די ייִדישע מלוכה האָט אַרויסגעוויזן איר עקזיסטענץ־פֿעיִקייט נישט נאָר בעת די מלחמות; במשך פֿון איר גאַנצער געשיכטע האָט זי נישט אויפֿגעהערט אויפֿצונעמען און אײַנאָרדענען די עולים פֿון דער גאָרער וועלט; בפֿרט אין די אָנהייב 1990ער, ווען פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד זײַנען געקומען אין לאַנד אַן ערך אַ מיליאָן עמיגראַנטן.

ווי עס באַטאָנט מירון אַמוסיאַ, טראָגט דער יום־טובֿ "יום־העצמאות" אַ באַזונדערן זין. יעדער לאַנד האָט אַזאַ "טאָג", וואָס מיינט, בדרך־כּלל, דעם בײַט פֿון אָנפֿירן מיטן לאַנד. מדינת־ישׂראל איז מקוים געוואָרן נאָך אַ צוויי טויזנט־יאָריקן גלות.