די פּאָליטישע פּראָצעסן וואָס קומען לעצטנס פֿאָר אין רוסלאַנד, בפֿרט די ריזיקע דעמאָנסטראַציעס אין מאָסקווע און נאָך אין עטלעכע מיליאָניקע שטעט, האָבן זייער באַגײַסטערט דעם מערבֿ, וועלכער זעט אין זיי סימנים פֿון נאָך איין "אָראַנזש־רעוואָלוציע" אויפֿן פּאָסט־שטח פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד.
אַזוי, למשל, לעאָן אַראָן, דירעקטאָר פֿון אַן אויספֿאָרשונג־פּראָגראַם וועגן רוסלאַנד שרײַבט, אַז אין דער רוסלענדישער געזעלשאַפֿט וועקן זיך אויף די מאָראַלישע געפֿילן. "אַ טייל קעמפֿט קעגן קאָרופּציע, אַן אַנדער טייל פּרוּווט צו ראַטעווען היסטאָרישע דענקמעלער אָדער אָפּשטעלן דאָס פֿאַרפּעסטיקן די אַרומיקע סבֿיבֿה." דער אַמעריקאַנער פֿאָרשער דערקלערט עס דערמיט, וואָס די אַקטיווע מענטשן אין רוסלאַנד זײַנען איבערצײַגט, אַז "די ליבעראַליזאַציע פֿון לאַנד קאָן קומען נאָר דורך אַ רײַפֿער ציווילער געזעלשאַפֿט, וואָס איז פֿעיִק צו קאָנטראָלירן די מאַכט".
ווי אַ מוסטער, פֿון דער געזעלשאַפֿטלעכער ליבעראַליזאַציע אויפֿן פּאָסט־סאָוועטישן שטח, ווערט גענומען אוקראַיִנע. די "אָראַנזש־רעוואָלוציע" אין 2005 האָט ממש איבערראַשט דעם מערבֿ, אַרײַנגעבראַכט אַ פֿרישן ווינט פֿון האָפֿענונגען סײַ פֿאַר דער אוקראַיִנישער באַפֿעלקערונג און סײַ פֿאַר די שכנישע לענדער — ווײַסרוסלאַנד און רוסלאַנד; אין דער זעלבער צײַט האָבן זיי אָנגעשראָקן דעם ווײַסרוסישן דיקטאַטאָר לוקאַשענקאָ און די רעגירונג פֿון פּוטינען, וואָס האָבן נאָך שטאַרקער פֿאַרפֿעסטיקט זייער מאַכט.
דער סוף פֿון דער אוקראַיִנישער אָראַנזש־רעוואָלוציע איז אָבער גענוג אַ טרויעריקער: וואָס מער דאָס לאַנד גייט אָן מיט דעמאָקראַטישע פּרינציפּן, אַלץ מער ווערט אָפּגעשוואַכט איר ווירטשאַפֿט. די קאַרפּנקעפּ פֿון 2005, דער געוועזענער פּרעזידענט יושטשענקאָ, האָט אויפֿגעוועקט די עקסטרעם־נאַציאָנאַליסטישע כּוחות, און די געוועזענע פּרעמיער־מיניסטאָרין יוליאַ טימאָשענקאָ איז איצט פֿאַרשפּאַרט אין טורמע אויף זיבן יאָר.
פֿאַר די אָנהענגער פֿון ליבעראַליזאַציע אין רוסלאַנד איז די אָראַנזש־רעוואָלוציע אין אוקראַיִנע קיין מוסטער נישט געוואָרן; נאָך מער, אין דעם דורכפֿאַל האָבן זיך אָנגעכאַפּט די פּראָ־פּוטינס־אָנהענגער, וואָס האָבן געמאַכט פֿון דעם אַן אָפּשרעקנדיקע "אָראַנזש־סטראַשידלע".
דער איצטיקער אויפֿברויז פֿון אומצופֿרידנקייט אין רוסלאַנד איז מער פֿאַרבונדן מיט דעם עלעקטאָראַלן ענין פֿון פֿאַלסיפֿיצירן די וואַלן אינעם רוסלענדישן פּאַרלאַמענט־"דומאַ". דער שמוציקער פֿאַקט איז דורכגעפֿירט געוואָרן אַזוי חוצפּהדיק און אומגעלומפּערט, אַז איצט, ווען רוסלאַנד שטייט פֿאַר די פּרעזידענט־וואַלן, איז דאָס פֿאָלק נישט זיכער, אַז דער מאַסן־שווינדל וועט זיך נישט איבערחזרן.
מיט די אויגן פֿון מערבֿ זעען אויס די לעצטע דעמאָנסטראַציעס, ווי אַ ריזיקער פּראָגרעסיווער אויפֿוועק פֿון פֿרײַען רוסישן זעלבסטבאַוווּסטזײַן. יאָ, ס’איז טאַקע אמת, ס’רובֿ פֿון די רוסלענדישע בירגער ווילן נישט מע זאָל זיי האַלטן פֿאַר נאַרישע בהמות, וואָס וועלן אַראָפּשלינגען אַלץ וואָס דער פּאַסטעך גיט זיי. אָבער זיי ווילן אויך נישט, אַז דער "פּאַסטעך" זאָל זײַן עמעצער אַן אַנדערער, נישט וולאַדימיר פּוטין. ווי עס זאָל נישט זײַן, האָט דווקא ער און זײַן ממשלה אַרײַנגעבראַכט אין די לעצטע צען יאָר אַ געוויסע סטאַבילקייט אינעם לעבן פֿון פֿאָלק. די אַרבעטער האָבן אַרבעט, די פּויערים — ערד, די פּענסיאָנערן באַקומען חודשלעך זייער פּענסיע, די גרענעצן זײַנען אָפֿן — פֿאָר וווּ דו ווילסט, קיינער האַלט דיך נישט!..
פֿון דער צווייטער זײַט, פֿאָדערט די אָפּאָזיציע, אַז פּוטין זאָל אַוועקגיין, נאָך פֿאַר די וואַלן, אַנדערש וועלן די וואַלן ווידער ווערן פֿאַלסיפֿיצירט לטובֿת פּוטינען. ווער זשע זײַנען די אַנדערע קאַנדידאַטן צו פֿאַרנעמען דעם העכסטן פּאָסטן אין רוסלאַנד? אייגנטלעך, די זעלבע, דעזשורנע קאַנדידאַטן, וואָס האָבן אַרויסגעשטעלט זייער קאַנדידאַטור אין די פֿריִערדיקע פּרעזידענט־וואַלן, דהײַנו: דער קאָמוניסט און סטאַליניסט גענאַדי זיוגאַנאָוו, דער היסטערישער ליבעראַל־דעמאָקראַט וולאַדימיר זשירינאָווסקי און דער ביליאָנער מיכאַיִל פּראָכאָראָוו, וואָס אין די אויגן פֿון פֿאָלק איז ער אַ "גנבֿ און פֿאַררעטער".
ס’איז געווען נאָך איין קאַנדידאַט, דער פֿירער פֿון דער דעמאָקראַטישער פּאַרטיי "יאַבלאָקאָ" גריגאָרי יאַוולינסקי, אַ פּראָפֿעסיאָנעלער פּאָליטיקער און עקאָנאָמיסט; אָבער די 5־7 פּראָצענט פֿון זײַנע וויילער וואָלטן געקאָנט אָפּהאַלטן דעם פֿרײַען נצחון פֿון פּוטינען און ברענגען צו אַ צווייטער רונדע... צו אַזאַ ריזיקע איז פּוטין נישט גרייט; און ווי אַ רעזולטאַט דערפֿון איז געטאָן געוואָרן אַלץ, אַז גריגאָרי יאַוולינסקי זאָל נישט דורכגיין די רעגיסטראַציע פֿון די קאַנדידאַטן, כּלומרשט צוליב "אַנטפּלעקן אין זײַן ליסטע פֿאַלשע נעמען".
שוין דער פֿאַקט אַליין זאָגט עדות, אַז "ערלעך איז שווערלעך"; און ס’איז נישטאָ וואָס צו דערוואַרטן, אַז פּוטין וועט דעם 4טן מאַרץ קומען צו דער מאַכט אויף אַ לײַטישן ערלעכן אופֿן.