בערך מיט אַ חודש צוריק האָט די מעדיאַ צעטראָגן איבער דער וועלט, בפֿרט דער ייִדישער וועלט, די אויספֿירן פֿון אַ פּרטימדיקן באַריכט וועגן אַנטיסעמיטיזם אין פֿראַנקרײַך. דער סך-הכּל פֿון דער פֿאָרשונג איז געווען אַזאַ: אַזוי גוט איז דער מצבֿ אין פֿראַנקרײַך שוין לאַנג ניט געווען. אין פֿאַרגלײַך מיטן יאָר 2010, איז פֿאַר אַ יאָרן אויף 16 פּראָצענט געפֿאַלן די צאָל אַנטיסעמיטישע געשעענישן. קאָמענטאַטאָרן פֿון דעם באַריכט האָבן געלויבט די פּאָליציי, ריכטער, לערער און היסטאָריקער פֿאַר זייער בײַטראָג אין אונטערהאַלטן אַ מער אָדער ווייניקער נאָרמאַלע געזעלשאַפֿטלעכע טעמפּעראַטור אין דעם לאַנד, וואָס האָט די גרעסטע אין אייראָפּע ייִדישע באַפֿעלקערונג — אַרום 500 טויזנט נפֿשות.
דעם 19טן מאַרץ האָט מאָהאַמעד מעראַה, דער 23־יאָריקער פֿראַנצויז פֿון אַן אַלזשירישן אָפּשטאַם, אָנגעמאָלט אַ בלוטיקן פֿראַגע-צייכן צו אָט דעם באַריכט. פֿאַר אַן אָביעקט, שוין דריטן אין זײַן קאַמפּאַניע פֿון טעראָר (תּחילת איז ער געווען אויף אַ געיעג אויף מיליטערלײַט), האָט ער אויסגעקליבן אַ ייִדישע שול אין טולוז, דער דריט-גרעסטער שטאָט אין לאַנד. לעבן דער שול האָט מעראַה דערהרגעט איינעם פֿון די לערער און דרײַ תּלמידים. דער טולוזער ייִדישער ייִשובֿ פֿון 14 טויזנט נפֿשות שטאַמט, דער עיקר, פֿון די אַראַבישע לענדער.
איצט רעדט מען שוין וועגן דער פּאָליציי אַנדערש, מע לויבט זי ניט. פֿאַרקערט, מע האָט באַרעכטיקטע טענות צו איר פֿאַר ניט רעאַגירן גיכער און בעסער אויף די פֿריִערדיקע מעשׂים-רעים פֿון דעם זעלביקן מאָהאַמעד מעראַה. עס לאָזט זיך אויס, אַז די רייד גייט ניט וועגן עפּעס אַ פּנים-חדשות. אַ קרימינעלער טיפּ, האָט מעראַה אויך געוויזן קלאָרע סימנים פֿון פֿונדאַמענטאַליסטישער ראַדיקאַליזאַציע, האָט, כּלומרשט ווי אַ טוריסט, באַזוכט פּאַקיסטאַן און אַפֿגאַניסטאַן, און איז אַפֿילו געווען אַרעסטירט אין אַפֿגאַניסטאַן דורך די אַמעריקאַנער. ער איז געווען אויף דער רשימה פֿון די לײַט, וואָס מע האָט ניט געטאָרט אַרײַנלאָזן אין קיין אַמעריקאַנער עראָפּלאַן.
אַנומלטן האָבן די נײַעס אונדז געבראַכט עטלעכע דערמאָנונגען וועגן דעם וואָס אַ יחיד קען אָפּטאָן. דער נאָמען פֿון דעם אַמעריקאַנער זעלנער ראָבערט ביילס וועט נאָך לאַנג בלײַבן אין די נײַעס, ווײַל די זיבעצן אומגעבראַכטע ציווילע אַפֿגאַנער תּושבֿים, אַרײַנגערעכנט נײַן קינדער, קענען בײַטן דעם גאַנג פֿון דער געשיכטע אין יענע מקומות; מאַכן נאָך ערגער און געפֿערלעכער דעם מצבֿ פֿון די אַמעריקאַנער מיליטערלײַט. טרייוואָן מאַרטינס טויט, פֿון דער האַנט פֿון דעם פֿלאָרידער "בירגערוואַכניק" דזשאָרדזש צימערמאַן, האָט אויפֿגערודערט הונדערטער טויזנטער אַמעריקאַנער בירגער.
צי הייסט עס, אַז אַלע אַמעריקאַנער זעלנער דאַרף מען איצט באַטראַכטן ווי מענטשן פֿון ראָבערט ביילסעס שניט? און צי די אַלע לײַט, וואָס העלפֿן אָנצוהאַלטן אָרדענונג אין זייער געגנט, זײַנען אַזעלכע ווי דזשאָרדזש צימערמאַן? דער ענטפֿער איז קלאָר: איין מענטש קען ניט כאַראַקטעריזירן דעם עולם. דער מאַסן-מערדער אַנדערס בעהרינג ברייוויק איז, בלי-ספֿק, ניט קיין אָפּשפּיגלונג פֿון דעם נאָרוועגישן פֿאָלק. אַזוי אַז דער בלוטיקער פֿראַגע-צייכן, געשטעלט אין טולוז, איז טאַקע וועגן דעם: צי דער 23־יאָריקער סעריאַלער מערדער איז פּשוט אַ יחיד, וואָס איז אַראָפּ פֿון די רעלסן, אָדער זײַן פֿאַל שפּיגלט אָפּ דעם קלימאַט אין דער פֿראַנצויזישער געזעלשאַפֿט; בפֿרט, צווישן די פֿראַנצויזישע מוסולמענער?
קאָמענטאַטאָרן ברענגען פֿאַרשיידענע אָפּשאַצונגען. אָבער ס’רובֿ פֿון זיי האַלטן, אַז דער טולוזער מאַניאַק שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן אויסנאַם אָדער — ריכטיקער — איינעם פֿון די אויסנאַמען. דערפֿאַר דערוואַרט מען דערווײַל ניט קיין ממשותדיק גרעסערע צאָל בעלנים צו פֿאַרלאָזן פֿראַנקרײַך און באַזעצן זיך, אַ שטייגער, אין ישׂראל, כאָטש די משפּחות פֿון די אומגעקומענע אין טולוז האָבן שוין גערעדט וועגן זייערע עליה-פּלענער. גלײַכצײַטיק באַמערקט מען צווישן פֿראַנצויזן באַווײַזן פֿון אָפּגעשוואַכטע סימפּאַטיעס צו דעם פּאַלעסטינישן צד. אַזעלכע סימפּאַטיעס פֿלעגן דאָך באַפֿאַרבן די באַציִונג צו ישׂראל און ייִדן בכלל. איצט, אָבער, זעען אויס די פּאַלעסטינער, בפֿרט אין עזה, צו אַגרעסיוו פֿאַרן אימאַזש פֿון אומשולדיקע קרבנות.
די טראַגישע געשעענישן אין טולוז קענען בײַטן — קיינער ווייסט נאָך ניט אויף וואָס פֿאַר אַ מדרגה — די פּאָליטישע לאַנדשאַפֿט ערבֿ די פּרעזידענטישע וואַלן אין פֿראַנקרײַך, דעם 22סטן אַפּריל. ניקאָלאַס סאַרקאָזי טוט שוין אַלץ צו ווײַזן, אַז נאָר אַזאַ געשײַטער און דערפֿאַרענער מלוכה-מענטש ווי ער, איז איצט נייטיק פֿאַרן לאַנד. אַ סבֿרא, אַז די טולוזער טראַגעדיע וועט דאָרטן נאָך לאַנג באַפֿאַרבן פּאָליטישע דעבאַטן — סײַ די אַלגעמיינע, סײַ אויף דער ייִדישער גאַס.