זעט אויס, אַז די טעמע "אַנטיסעמיטיזם" בכלל און "אַנטיסעמיטיזם אין אייראָפּע", וועט שוין קיין מאָל נישט אויסגעמעקט ווערן פֿונעם פּאָליטישן סדר־היום און דעם טאָג־טעגלעכן לעבנס־שטייגער. דער מלחמה־עכאָ צווישן רוים און ירושלים, אָנגעהויבן נאָך אין די צײַטן פֿון דער רוימישער אימפּעריע, וועט קיין מאָל נישט פֿאַרשטימט ווערן; און ס’איז גאָר נישט וויכטיק, וויפֿל ייִדן בסך־הכּל באַזעצן הײַנט אייראָפּע און, וואָס איז זייער אָרט אינעם לעבן פֿון די אייראָפּעיִשע לענדער. דער מיטאָס איז שטאַרקער פֿונעם אמת.
די אייראָפּעיִשע רעגירונגען, בשותּפֿות מיט די אָרטיקע ייִדישע קהילות און רײַכע יחידים געבן אויס ריזיקע געלטער אויפֿצושטעלן און אויסצוהאַלטן די חורבן־מוזייען, אָנדענק־ערטער, צענטערס פֿון חורבן־ און אַנטיסעמיטיזם־פֿאָרשונג. ערשט מיט צוויי יאָר צוריק איז אין בריסל געעפֿנט געוואָרן אַ גרויסער חורבן־צענטער, וואָס טראָגט דעם נאָמען פֿון "אייראָפּעיִשע אינפֿראַסטרוקטור פֿון פֿאָרשן דעם חורבן". געעפֿנט איז ער געוואָרן מיט אַ גרויסן טראַסק און שיינע רעדעס וועגן די צוועקן און אויפֿגאַבעס פֿון דער דאָזיקער אינסטיטוציע, געשאַפֿן אונטערן פֿליגל פֿונעם האָלענדישן אינסטיטוט צו פֿאָרשן די צווייטע וועלט־מלחמה.
קיין צווייפֿל איז ניטאָ, אַז אַלע באַמיִונגען פֿון די פֿאָרשער וועלן ברענגען צו וויכטיקע רעזולטאַטן. אָבער נאָר אויף אַ טעאָרעטישן אופֿן. אין דרויסן זעט עס אַלץ אויס גאָר אַנדערש. טאַקע אין בעלגיע גופֿא, אין אַנטווערפּן, צו פֿירן דאָרט אַן אָפֿן פֿרום לעבן איז ריזיקאַליש, בפֿרט פֿאַר די אָרטיקע חסידים, וועלכע ווערן אָפֿט אַטאַקירט סײַ ווערטלעך און סײַ פֿיזיש פֿון זייערע מוסולמענישע שכנים, וואָס האָבן פֿאַרפֿלייצט די אייראָפּעיִשע שטעט.
אָדער שפּאַניע — אַ לאַנד מיט אַלטע אַנטיסעמיטישע טראַדיציעס, וואָס פֿירן צום גירוש־שפּאַניע. הײַנט לעבן דאָרט נישט מער ווי 0.2% ייִדן פֿון דער גאַנצער באַפֿעלקערונג. וואָס זשע מיינט איר, לויט די אויספֿרעגן סוף סעפּטעמבער האָבן 52% פֿון די סטודענטן אין מאַדריד געענטפֿערט, אַז "זיי וואָלטן נישט געוואָלט זיצן לעבן אַ ייִדן"; 58% פֿון די דערוואַקסענע בירגער זײַנען זיכער, אַז "די ייִדן זײַנען צו רײַך און האָבן צו פֿיל מאַכט".
די פֿעדעראַציע פֿון ייִדישע קהילות אין שפּאַניע האָט באַטאָנט, אַז די דאָזיקע סטאַטיסטיק באַשטעטיקט נאָר ווי גרויס ס׳איז דער ניוואָ פֿון שׂינאה צו ייִדן אין דער שפּאַנישער געזעלשאַפֿט; אָבער די רעגירונג מאַכט דערפֿון זיך נישט־וויסנדיק.
אין זשענעווע איז דער צענטראַלער טייל פֿון דער שטאָט געווען אַרומגעקלעפּט מיט אַנטיסעמיטישע פּלאַקאַטן, וואָס האָבן אויסגעזען ווי דער טאָוול פֿונעם אַנטיסעמיטישן בוך "ייִדישע מאַפֿיע", וווּ דער מחבר, ערווע ריסען, "אַנטפּלעקט" פֿאַר דער וועלט, אַז דווקא די "ייִדישע מאַפֿיע" איז פֿאַראַנטוואָרטלעכט פֿאַרן געווער־האַנדל און שטייט הינטער די באַשטעלטע מערדערײַען, נאַרקאָטיק־פֿאַרשפּרייטונג, פּראָסטיטוציע, אַזאַרט־שפּילן, פּאָרנאָגראַפֿישע אינדוסטריע, קידנעפּינג און נאָך און נאָך... נישט צו חידושן זיך, אַז דער מחבר פֿון די, מישטיינס געזאָגט, וויסנשאַפֿטלעכע מאַנוסקריפּטן איז אַ פֿאַרברענטער פֿראַנצויזישער נאַציאָנאַליסט.
וואָס שייך דײַטשלאַנד, האָבן מיר שוין אין איינעם פֿון אונדזערע פֿריִערדיקע לייט־אַרטיקלען גענוי באַשריבן וועגן דעם אָרטיקן מין אַנטיסעמיטיזם, וואָס איז בדרך־כּלל, פֿאַרשפּרייט צווישן די רעכטע עקסטרעמיסטן. אָבער אין אַלגעמיין, איז, יעדער פֿינפֿטער בירגער פֿון דײַטשלאַנד אַ געהיימער אַנטיסעמיט.
גאָר אומדערוואַרט זעט אויס דאָס בילד אין אַרמעניע, וווּ עס וווינען אַרום 1,000 ייִדן, ס’רובֿ געקומען פֿון די געוועזענע סאָוועטישע רעפּובליקן. די אַרמענער, קרבנות פֿונעם טערקישן גענאָציד 1914—1915, האָבן זיך לעצטנס אַרויסגעוויזן, ווי פֿאַרביסענע שׂונאי־ישׂראל. אַזוי, למשל, איז פֿאַראַיאָרן פֿאַרשוועכט געוואָרן דער מעמאָריאַלער דענקמאָל לזכּרון דעם אַרמענישן גענאָציד און ייִדישן חורבן. די וואַנדאַלן האָבן אים פֿאַרשמירט מיט ברוינע האַקנקרייצן. דער דאָזיקער מעמאָריאַל איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן מיט דער איניציאַטיוו און פֿאַר די געלטער פֿון דער קליינער ייִדישער קהילה אין יערעוואַן, אין 2006.
צום גרויסן באַדויערן, וואָלט מען די רשימה פֿון אַנטיסעמיטישע אויסבראָכן געקאָנט ממשיך זײַן און קלענער וואָלט זי סײַ־ווי נישט געוואָרן.